מכתב יומי

טז תמוז תשפ"ב

July 15 2022

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת בלק, ט"ו תמוז, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 לכבוד ... נרו יאיר


האסט שוין געקוקט אויפ'ן הימל היינט? האסט געטראכט פאר איין סעקונדע 'אהה, עס איז מלא כל הארץ כבודו, דער אייבערשטער איז איבעראל, אלעס איז ער, קיינער קען מיר גארנישט שלעכטס טון, קיינער קען מיר נישט בעסער מאכן און נישט ערגער מאכן'.


דער הייליגער רבי האט אמאל געפרעגט איינעם: "האסט שוין געקוקט אויפ'ן הימל?" יענער פלעגט האבן א געפיל אין רבי'ן, א געפיל אין עבודת השם; מיט דער צייט האט ער אנגעפאנגען פארדינען שענער און שענער, ער איז געווארן רייכער און רייכער. דער רבי האט פארשטאנען אז ער איז אינגאנצן אריינגעטון אין ביזנעס, האט אים דער רבי געגעבן א שאקל און א פרעג געטון: "האסט שוין געקוקט אויפ'ן הימל?"


מאך זיך א שיעור אין רבינ'ס ספרים, וועסטו זיכער הערן ווי דער רבי פרעגט דיר: "האסט שוין געקוקט אויפ'ן הימל?" דו וועסט זיך דערמאנען צו גיין אין שול, צו עפענען א משניות, א גמרא וכו'.


היינט נאכט איז דא א שיעור, איך ווארט דיר צו זען.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.