מכתב יומי

כ תמוז תשפ"ב

July 19 2022

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת פנחס, כ' תמוז, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 לכבוד ... נרו יאיר


איך בין אזוי פרייליך אז מיר פארן קיין אומאן אויף ראש השנה; געלויבט דעם אייבערשטן איך האב שוין געקויפט טיקעטס צו גיין צום רבי'ן קיין אומאן אויף ראש השנה. מיינע עלטערע קינדער נעם איך אויך מיט קיין אומאן, מיינע קליינע קינדער נעם איך נישט די יאר.


זיי זיך נישט מבלבל פון קיינעם; דו גיי דיין וועג, קיינער האט נישט בעסער'ס פון דיר, נישטא קיין עולם הזה. דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן קיט): "אפשר אויבן אין הימל איז דא 'עולם הזה', דא זע איך נישט קיין 'עולם הזה', דא איז דער גיהנום; יעדער איז פול מיט יסורים, אפילו די עשירים זענען אויך פול מיט יסורים, אזוי ווי עס שטייט (איוב ה, ז): 'אָדָם לְעָמָל יוּלָד קְצַר יָמִים וּשְׂבַע רֹגֶז', א מענטש איז באשאפן געווארן זיך צו מוטשען, א מענטש לעבט ווייניג און דאס גאנצע לעבן איז פול מיט ווייטאג, און שלמה המלך זאגט (קהלת ב, כג): 'גַּם כָל יָמָיו כַּעַס וּמַכְאוֹבוֹת', דאס גאנצע לעבן איז פול מיט כעס און ווייטאג; עס איז נישטא קיין שום עצה וואו צו אנטלויפן - נאר צום אייבערשטן און צו די תורה, מען דארף נעמען דעם 'עמל' וואס עס שטייט 'אָדָם לְעָמָל יוּלָד' און עס אריינלייגן אין די תורה: 'אַשְׁרֵי מִי שֶׁעֲמָלוֹ בַּתּוֹרָה'".


שטארק זיך מיט תפילה והתבודדות; בעט דעם אייבערשטן יעדע זאך וואס דו ווילסט, וואס דו דארפסט - וועסטו זען ניסים.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.