מכתב יומי

כא אב תשפ"ב

August 18 2022

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת עקב, כ"א מנחם-אב, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 לכבוד ... נרו יאיר


איך וויל דיר איינליידענען צו די סיום הש"ס פון מיין זון הילד נחמן נתן נרו יאיר היינט נאכט אום ניין אזייגער, וואס וועט פארקומען אינאיינעם מיט די וועכנטליכער ליל שישי שיעור אין ישיבה, אין שטעטל.


די ווייבער שול וועט זיין אפן.


איך וואונטש דיר דו זאלסט אויך זוכה זיין צו אזא זאך, זיצן ביי דיין זון'ס סיום הש"ס און ביים סיום הש"ס פון דיינע אייניקלעך. די הרגשה איז נישט צום באשרייבן; וואס נאך דארפן עלטערן מער פון נחת ביי די קינדער, זען ווי זיי לערנען און דאווענען.


בנוגע אומאן; ווארט נישט אויף די לעצטע מינוט, קויף א טיקעט און גרייט זיך אן מיט אלעס און בעיקר מיט תפילה מיר זאלן קענען פאר'ן צום רבי'ן אויף ראש השנה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.