מכתב יומי

יא אדר תשע"ח

February 26 2018

 בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת כי תשא, י"א אדר, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האף אז דו גייסט יעדן טאג אין שול דאווענען שחרית, מנחה און מעריב; חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות ז:): אויפן פסוק (תהלים סט, יד): "וַאֲנִי תְפִלָּתִי לְךָ ה' עֵת רָצוֹן", "אֵימָתַי עֵת רָצוֹן?" ווען איז אן עת רצון? - "בְּשָׁעָה שֶׁהַצִּבּוּר מִתְפַּלְּלִין", ווען דער ציבור דאווענט; אז דו וועסט דאווענען מיט מנין וועסטו האבן א דבר שבמנין (געלט). חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ביצה ג:): "דָּבָר שֶׁבְּמִנְיָן - אֲפִילוּ בְּאֶלֶף לֹא בָּטֵל", זאגט מוהרא"ש אז מען דאווענט מיט מנין, אפילו דער מענטש זאל האבן טויזענטער קליפות וואס ווילן אוועק נעמען און מבטל זיין זיינע תפילות, אבער "לֹא בָּטֵל", ווייל זיינע תפילות איז 'במנין'.


ווען דו זאלסט וויסן ווי חשוב אויבן אין הימל איז ווען א איד קומט אין שול, וואלסטו געלאפן מיט א פרייליכקייט צו גיין אין שול; דו וואלסט געזוכט אלע תירוצים אבי צו קענען גיין אין שול דאווענען מיט מנין. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות טז.): "אָמַר רַבִּי חָמָּא בֵּרַבִּי חֲנִינָא: לָמָּה נִסְמְכוּ אֹהָלִים לַנְּחָלִים וכו'? לוֹמַר לָךְ: מַה נְּחָלִים מַעֲלִין אֶת הָאָדָם מִטֻּמְאָה לְטָהֳרָה, אַף אֹהָלִים מַעֲלִין אֶת הָאָדָם מִכַּף חוֹבָה לְכַף זְכוּת". א שול איז אזוי ווי א טייך וואסער, פונקט אזוי ווי א טייך וואסער, ווען א טמא'נער מענטש גייט אריין זיך טובל'ען דארט קומט ער ארויס ריין, אזוי אויך ווען א איד גייט אין שול, נעמט דאס אים ארויס פון זיין שלעכטס און ער ווערט אן ערליכער איד.


איך בעט דיר זייער דו זאלסט געדענקען וואס מוהרא"ש זכרונו לברכה האט אונז געלאזט צוואה (אות ח'): "די וועלט איז נישט אונזער, דער וועלט האט א בעל הבית - דער אייבערשטער פירט דער וועלט און מיר דארפן נאר קוקן אויף זיך אליין"; מיר דארפן לעבן מיט זכרון בְּעָלְמָא דְּאָתֵי, אזוי ווי דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן נד): "כָּךְ רָאוּי לִהְיוֹת מִנְהַג יִרְאֵי הַשֵּׁם. תֵּכֶף בַּבֹּקֶר בַּהֲקִיצוֹ, קֹדֶם שֶׁיַּתְחִיל שׁוּם דָּבָר יִזְכֹּר מִיָּד בְּעָלְמָא דְּאָתֵי", דאס איז דער וועג ווי אזוי אן ערליכער איד דארף זיך פירן, גלייך ווען מען שטייט אויף אינדערפרי זאל מען טראכטן פון תכלית - עס קומט נאך א וועלט און קיינער בלייבט נישט דא, עס גייט קומען א טאג וואס אלע וועלן מיר איבערלאזן די וועלט, מען וועט נעמען דעם מענטש און אים אריין לייגן אין גרוב. דארט וועט גארנישט נוצן - נאר דאס ביסל תורה ותפילה וואס מיר האבן זיך אנגעגרייט וועלן מיר מיט נעמען אויף יענע וועלט; לאז אפ א צווייטן, מִי שָׂמְךָ לְאִישׁ - ווער האט דיר געפרעגט? ווער האט דיר געשטעלט אז דו זאלסט קער נעמען וכו' אז דו ווילסט העלפן א צווייטן, העלף יענעם מיט גשמיות. מוהרא"ש זכרונו לברכה פלעגט זאגן: "אנשי שלומנו פלעגן זאגן: 'זיי פארנומען מיט דיין אייגענע רוחניות און יענעמ'ס גשמיות'".


עס גייט נישט אריבער א טאג וואס מען זאל נישט הערן שרעקליכע טראגעדיעס; יונגע מענטשן ווערן אוועק געריסן פון דער וועלט, קליינע קינדער בלייבן אן זייער מאמע רחמנא לצלן. פאריגע וואך איז נעבעך א יונגע פרוי אוועק פון דער וועלט אפאר שעה נאכן האבן א קינד און האט איבער געלאזט א שטוב מיט יתומים; ווי איז דא צייט צו זיין פארנומען מיט מחלוקת? ווי איז דא צייט צו רעדן פון א צווייטן ווען דער מלאך המות דריידט זיך ארום מיט זיין מעסער?! ברודער לאז דיר נישט איבער רעדן פון קיינעם צו האבן א חלק אין מחלוקת; אנטלויף פון רעדן אדער וויי טון א צווייטן איד וועט דיר גוט זיין בזה ובבא.


איך ווייס נישט צי איך האב דיר שוין געשריבן ווי אזוי עס זענען אריבער מיינע לעצטע מינוטן וואס איך האב געהאט די זכיה צו זיין מיט מוהרא"ש זכרונו לברכה; מוצאי שבת פרשת יתרו בין איך געפארן קיין בארא פארק צום טשאפל וואו מוהרא"ש איז געלעגן א גאנץ שבת פאר מען האט געטראגן די מטה קיין ארץ ישראל. ר' שמחה לעווי נרו יאיר האט געדרייווט דעם אמבולאנס וואו מוהרא"ש איז געלעגן צום עירפארט און ער האט מיר אריין געשטופט אינעם אמבולאנס; אויפן וועג האב איך צוגעזאגט פאר מוהרא"ש צוויי זאכן: איינס, אז איך וועל נישט מאכן קיין מחלוקת צווישן תלמידי היכל הקודש און איך וועל נישט האבן קיין שום שייכות מיט מחלוקת. צווייטנס, אז איך וועל אים מפרסם זיין פאר די גאנצע וועלט; געלויבט דעם אייבערשטן אז ביידע זאכן בין איך מקיים און מיטן אייבערשטנס הילף וועל איך ווייטער אנהאלטן די הבטחה.


איך בעט דיר אויך מיין טייערער תלמיד, העלף מיר מקיים זיין ביידע זאכן און אנטלויף פון פאליטיק. מיר זענען געקומען צום רבי'ן פאר תורה תפילה.


איך לויף אריין צו מיינע טייערע תלמידים, זיי ווארטן אויף א שיעור התחזקות.