מכתב יומי

יא אדר תשפ"א

February 23 2021

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת תצוה, י"א אדר, שנת תשפ"א לפרט קטן


 לכבוד ... נרו יאיר


איך שרייב דיר נאכאמאל, איך ווייס און איך גלייב אז דורך רעדן איין מאל און נאכאמאל וועל איך יא פועל'ן. איך בעט דיר זייער, רעד שיין צו דיין ווייב, האב רחמנות אויף איר; איינע פון די סימנים פון א איד איז רחמנות, דער וואס האט רחמנות - דער איז א אידיש קינד (יבמות עט:).


איך ציטער פאר דיר וואס גייט זיין ביים סוף; די אלע וואס געוועלטיגן אין שטוב, זיי ווארפן אן אימה ופחד - ביים סוף ווערן זיי אליינס פארשעמט. קען זיין אין אנהייב, דורכאויס די ערשטע פאר יאר - וועט דיר געלונגען צו לייגן א פחד, דו וועסט איר דערדרוקן און עס קען דיר נאך געלונגען אז זי וועט זיך לאזן צעקוועטשן, אבער זיי זיכער אז ביים סוף קראכט עס, ביים סוף וועסטו אלעס פארלירן.


איך שרייב דיר די ווערטער מיט בלוט פון מיין הארץ; איך האב אזויפיל כוחות אוועק געגעבן פאר דיר, איך וויל נישט עס זאל גיין לטמיון, עס זאל גארנישט בלייבן. איך בעט דיר, רעד ווייך, רעד שיין, אויך הער איר אויס.


איך האב נאך אסאך צו שרייבן אבער איך מוז ארויסגיין פון מיין שטיבל, מען דארף דאס יעצט אנגרייטן פאר די חתונה. מיין שטוב איז דער יחוד שטוב, דער שטוב וואס חתן כלה נוצן ביי די חתונות.


היינט קומט פאר די איין און צוואנציגסטע חתונה; ווער האט דאס געקענט גלייבן אז מיר האלטן שוין דא... אנשי שלומינו האבן א וועג חתונה צו מאכן אן קיין געלט.


איך ענדיג היינט די שבע ברכות פון מיין זון הרב אלחנן חיים שליט"א; וואס זאל איך דיר זאגן, די גאנצע חתונה מאכן פון אנהייב, הכל, בכל, מכל, כל - האט מיר געקאסט אפאר טויזנט דאלער; עס קומט אויס אויף פען און פאפיר ביליגער ווי האלטן א קינד אין שטוב, אן קיין געלעכטער. איך האב אים נישט געקויפט קיין איבריגע זאכן, נאר וואס מען דארף; ער און זיין כלה זענען אזוי צופרידן, אזוי דאנקבאר.


איך דארף ענדיגן, מען יאגט מיר ארויס פון מיין אפיס.


מארגן וועט זיין די וועכנטליכע שיעור, איך האף דיר צו זען.


איך וועל די יאר פורים נישט אויפנעמען אין שטוב; עס איז שווער פאר מיין ווייב אויפצונעמען ווען מען דארף אנגרייטן די שטוב פאר שבת, איך וועל זיין אין ישיבה פון צוועלף אזייגער ביז צוויי אזייגער, און מוצאי שבת וועלן מיר זיך צאמקומען אין ישיבה, עס וועט זיין א סעודה און נאכדעם וועלן מיר טאנצן, מיר וועלן זיך פרייען אינאיינעם אויף די גרויסע נס אז מיר זענען מקורב צו מרדכי הצדיק, מיר האבן דעם הייליגן רבי'ן וואס שרייט שוין פאר איבער צוויי הונדערט יאר: "לְהוֹדִיעַ שֶׁכָּל קֹוֶיךָ לֹא יֵבֹשׁוּ. וְלֹא יִכָּלְמוּ לָנֶצַח".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


~~~~~~~~~~


בעזרת ה' יתברך - ג' פרשת תצוה, י"ב אדר, שנת תשפ"א לפרט קטן


 לכבוד ... נרו יאיר


וויין נישט אז דו ביסט שוין פארפאלן, קוק נישט אויף דיינע שלעכטע מעשים, אויף דיינע חטאים עוונות ופשעים. דו טו גוטס; גיי דאווען, עפן א חומש, א משניות, דורך דעם וועט די שלעכטס אוועקפאלן.


רבי נתן זאגט (חיי מוהר"ן, סימן תמז), א איד איז געקומען צום הייליגן רבי'ן און זיך אויסגעגאסן דאס הארץ אז ער ווייסט נישט וואס צו טון, ער פאלט אראפ אין עבירות, ער קען זיך נישט היטן די אויגן; האט אים דער רבי געזאגט: "דו טו גוטס, די שלעכטס וועט פון זיך אליינס אוועקפאלן".


דאס זעלבע זאג איך דיר: "טו גוטס וועט די שלעכטס אוועקגיין"; גיי דאווענען מיט מנין, בלייב נישט אין שטוב מרה שחורה'דיג, גענוג געווען מיט די מרה שחורה, עס וועט דיר גארנישט ברענגען דאס זיין מרה שחורה'דיג. שטארק זיך, זיי א העלד; גיי דאווען מעריב, זוך דיר אויף א מנין וועסטו הערן א קדיש, א ברכו - וועט די שלעכטס אוועקגיין.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ילקוט שמעוני בלק, רמז תשעא) אויפ'ן פסוק (במדבר כד, ו): "כִּנְחָלִים נִטָּיוּ", פונקט ווי א טייך נעמט אראפ די טומאה פון טמא'נע מענטשן, עס מאכט זיי ריין, אזוי אויך ווען מען קומט אין שול ווערט מען ריין.


רעד שיין אין שטוב. איך בין זייער אויפגעציטערט; ווי קען זיין תלמידי היכל הקודש זאלן וויי טון אין שטוב? ווי קען זיין מען זאל טשעפען?! עס מוז זיין אז מען איז אליינס זייער צעבראכן, מען טראכט נישט וואס מען טוט, ווי קען זיין מען זאל וויי טון די ווייב?! ביי מוהרא"ש איז געווען שלום בית די וויכטיגסטע זאך; זאל זיין וואס זאל זיין - דארף מען רעדן שיין, מען דארף האלטן די ווייב אזוי טייער, זי זאל שפירן זיכער, זי זאל שפירן זיכער מיט'ן מאן.


איך קען נישט שרייבן צו לאנג, איך בין אפגעמאטערט; היינט האט זיך געענדיגט די שבע ברכות פון מיין זון הרב אלחנן חיים שליט"א. נעכטן בין איך געווען אויף שבע ברכות ביי מיין טאטע שליט"א; מיין זיידע, דער קארלסבורגער רב שליט"א איז נישט ארויפגעקומען צום שבע ברכות, אבער מיר האבן געדאווענט מעריב, די חתן מיט די מחותנים אינאיינעם אין בית המדרש און נאך מעריב האבן מיר געטאנצן אינאיינעם א טענצל מיט מיין זיידע. היינט איז געווען צוויי חתונות, ביידע חתנים זענען חשוב'ע תלמידים.


מארגן נאכט וועט זיין די וועכנטליכע שיעור, איך וויל דיר זען; לאמיר זיך אינאיינעם מחזק זיין מיט די זיסע עצות ווי אזוי צו מקבל זיין דעם יום טוב פורים.


איך וועל די יאר נישט זיין אין שטוב פורים, עס איז אביסל שווער פאר מיין ווייב אז מען פראוועט אין שטוב און אנגרייטן דעם שבת; איך וועל זיין אין ישיבה. דארפסט נישט ברענגען קיין טייערע משלוח מנות, א שאד די געלט, א שאד די ארבעט; קיינער דארף עס נישט, קיינעם אינטערעסירט עס נישט, עס איז ממש בל תשחית, בכלל ווערט געברענגט (רמב"ם, פרק ב' מהלכות מגילה, הלכה יז) מען זאל ענדערש אויסגעבן געלט פאר מתנות לאביונים ווי פאר משלוח מנות.


מוצאי שבת וועלן מיר מאכן א סעודה אינאיינעם אין ישיבה און טאנצן אויף דעם וואס מיר ווייסן פון מרדכי הצדיק, מיר האבן שייכות מיט'ן הייליגן רבי'ן וואס שטייט איין ביי מרדכי.


איינמאל איז דער רבי'ס טאכטער חיה'לע געקומען קיין ברסלב אויף יום טוב פורים מיט איר קליין קינד נחמן; זי איז איינגעשטאנען ביי איינעם מרדכי. מען האט דערציילט פאר רבי נתן אז חיה'לע איז דא מיט איר זון נחמן און זיי שטייען איין ביי מרדכי, האט רבי נתן געזאגט: "אזוי איז עס, פורים שטייט איין 'נחמן' ביי 'מרדכי', און פסח שטייט 'נחמן' איין ביי 'פסח'"; אזוי איז יעדן יום טוב, אזוי ווי עס קומט יום טוב שטייט דער רבי איין דארט.


מען וועט מודיע זיין זונטאג אויב עס וועט זיין א סעודה פארנאכטס.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.