מכתב יומי

יב אלול תשע"ז

September 03 2017

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת כי תבוא לאומאן, י"ב אלול, שנת תשע"ז לפרט קטן


 לכבוד ... נרו יאיר


מיר שטייען שוין צוויי וואכן איידער מיר פארן צום הייליגן רבי'ן קיין אומאן אויף ראש השנה, וויל איך דיר זייער שטארק בעטן אז דו זאלסט זיך האלטן בשלום מיט יעדן איינעם און זיך נישט קריגן מיט קיינעם, גענוג געווען מיט מחלוקת; מיר זענען געקומען צום רבי'ן נישט צו זיין פארנומען מיט יענעמ'ס פראבלעמען, מיר זענען געקומען צום רבי'ן פאר איין סיבה, אז דער רבי זאל אונז מקרב זיין צום אייבערשטן, און אונז ווייזן א וועג ווי אזוי מען קען זיין נאנט צום אייבערשטן. איך בעט דיר, אנטלויף פון די בעלי לשון הרע וואס דער רבי רופט זיי אן 'מדברים', זייער גאנצע חיות איז נאר צו מאכן ליצנות פון דעם און פון יענעם, זייער גאנצע לעבן איז נאר ווי אזוי מען קען פארציילן א לשון הרע פאר נאך איינעם, אזוי ווי די רבי פארציילט (סיפורי מעשיות, מעשה ג) אז די שדים, זייער גאנצע זאך איז 'ליצנות', זייער חיות איז צו זען ווי מענטשן האבן צרות, און זיך אונטערהאלטן פון דעם, און דער רבי זאגט דארט: "עס איז פארהאנען א בוים וואס דער בוים האט אין זיך אלע סגולות און אלע רפואות, און דעם בוים וואלט מען ווען געדארפט אנטרינקען, וואלט געווען א טובה פאר די גאנצע וועלט, אבער די "מדברים" זיי ווילן נאר אויסרייסן דאס בוים", עיין שם.


געדענק וואס מוהרא"ש שרייבט: "אֲנָן בְּחַבִיבוּתָא תַּלְיָא מִילְתָא", מיר דארפן זיך האלטן צוזאמען און זיך העלפן איינער דעם צווייטן.


איך וויל זייער שטארק אז עס זאל זיין שלום צווישן מיינע תלמידים, איך בעט דיר פון מיין צעבראכן הארץ: העלף מיר אז עס זאל זיין שלום ביי אונז אין די קהילה; איך בעט דיר אז דו זאלסט זיך אנשטרענגען צו רעדן שיין צו יעדן איינעם, נישט קיין חילוק עלטער אדער יונגער וכו', אזוי ווי דער הייליגער רבי ר' אלימלך זכותו יגן עלינו שרייבט אין די תפילה קודם התפילה: "וְשֶׁנְּדַבֵּר כָּל אֶחָד אֶת חֲבֵירוֹ בְּדֶרֶ הַיָשָׁר וְהָרָצוּי לְפָנֶי", מען בעט דעם אייבערשטן אז מיר זאלן רעדן שיין און איידל איינער מיטן צווייטן.


עס עקלט מיר זייער צו זען ווי מען רעדט איינער אויפן צווייטן; חוץ מזה זאלסטו וויסן אז דער וואס לאכט מיט מיט דיר ווען דו רעדסט אויף א צווייטן, דער זעלביגער לאכט מיט אנדערע אויף דיר. די וועלט זאגט: "דער וואס ברענגט פאסט, דער טראגט די פאסט ווייטער", ווער עס קומט כסדר ברענגען לשון הרע פון דעם און פון יענעם, דער טראגט פון דיר לשון הרע צו אנדערע. און פון די מענטשן זאלסט זיך זייער היטן.


ר' נתן האט געזאגט: "ווען איך זע צוויי 'טרעגערס' קריגן זיך, שטעכט עס מיר ביי די זייט"; דאס איז געווען ר' נתן, עס האט אים וויי געטון אז צוויי אידן קריגן זיך, אפילו ער קען זיי נישט, און אפילו זיי זענען פשוט'ע מענטשן - 'טרעגערס', כל שכן אז מיר קומען דא נאר פאר איין סיבה, ווייל מיר ווילן לעבן א גוט לעבן, דארפן מיר נאר זוכן די גוטס פון יעדן איינעם.


דער אייבערשטער זאל העלפן אז דו זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.