מכתב יומי

יא אלול תשפ"ב

September 07 2022

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת כי תצא, י"א אלול, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 לכבוד ... נרו יאיר


געב אכטונג נישט וויי צו טון דיין ווייב, זי ווארט אויף דיר דו זאלסט אהיים קומען צייטליך, זי ווארט דו זאלסט איר געבן דאס ביסל צייט; געב אכטונג, זיי איר נישט מצער און מאך איר נישט וויינען. חכמינו זכרונם לברכה דערציילן (כתובות סב:) רבא האט געהאט א תלמיד רב רחומי, ער פלעגט לערנען א גאנץ יאר ביי רבא אין ישיבה און אהיים קומען ערב יום כיפורים, איין מאל האט ער זיך פארלערנט און זיין ווייב האט געווארט, זי האט א גאנצן צייט געטראכט: "השתא אתי", יעצט קומט ער שוין: "השתא אתי", יעצט קומט ער שוין, און ער איז נישט אהיים געקומען. עס האט איר זייער וויי געטון "אחית דמעתא מעינה", זי האט אראפגעלאזט א טרער פון אירע אויגן און ער האט באקומען אן עונש, ער איז געשטארבן.


א שרעק פון א מעשה, א צדיק זיצט און לערנט אין ישיבה ביי זיין הייליגער רבי רבא, ער פארלערנט זיך און ער באקומט אן עונש, פארוואס? ווייל זיין ווייב ווארט אויף אים, זי מיינט יעדע רגע אז ער קומט שוין אהיים ביז זי הויבט אן וויינען.


דאס איז אפילו ווען עס קומט צו לערנען; כל שכן ווען מען רעדט פון שטותים והבלים, מען פארשמועסט זיך מיט חברים, מען איז געבליבן שטעקן אין אפיס אדער אין קאר מיט'ן טעלעפאן און די ווייב מיינט יעדע רגע אז מען קומט שוין אהיים - איז דאס א גרויסע סכנה.


היינט נאכט איז דא א חתונה אין ישיבה, נעכטן איז געווען א חתונה אין ישיבה און זונטאג איז דא נאך א חתונה אין ישיבה. אז מען קוקט מיט אן אמת זעט מען אז עס איז נישטא עפעס שענערס פון חתונה האבן אין שול, עס פעלט גארנישט פאר די שמחה, עס איז מלא טעם. די עלטערע דור, די עלטער זיידעס און עלטער באבעס, ווען זיי קומען צו א חתונה אין שול - הויבן זיי אן וויינען פון שמחה, זיי דערמאנען זיך פון דער אלטער היים; אזוי פלעגט זיין אלע דורות, מען האט חתונה געהאט אין שול, די חופה איז געווען אין חצר פונעם בית המדרש.


נעכטן איז געווען א ברית אין ישיבה, דער זיידע איז געווען פערציג יאר משמש בקודש ביים טאהש'ער רבי זכותו יגן עלינו. ער האט געזאגט ביים ברית: "'כשם שנכנס לברית כן יכנס לתורה ולחופה', מען וואונטשט דעם טאטען, אזוי ווי דו האסט געמאכט דעם ברית אן קיין חובות, א סעודת ברית צו מאכן איז נישט קיין גרויסע געלטער, 'כן יכנס לתורה ולחופה', אזוי זאל זיין די בר מצוה און די חתונה".


מארגן וועט זיין די וועכנטליכע שיעור אין ישיבה אין וויליאמסבורג.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.