מכתב יומי
יא חשון תשע"ח
October 31 2017
‹ ›בעזרת ה' יתברך
יום ג' פרשת וירא, י"א מר-חשון, שנת תשע"ח לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
געלויבט דעם אייבערשטן אז מיר ווייסן פון הייליגן רבי'ן; וואס וואלטן מיר געטון אן דעם הייליגן רבי'ן, וואו וואלטן מיר געווען, ווי וואלטן מיר אויס געזען אן דעם רבי'ן וואס איז אונז מחזק, און ער לערנט מיט אונז אז מיר זאלן נישט אויפגעבן אויף אונזער לעבן ווען מיר זענען אין א שווערע איבערגאנג.
ווען א מענטש האט אמונה, ער גלייבט אז אלעס איז דער אייבערשטער, און קיינער קען אים גארנישט טון - נישט קיין גוטס און זיכער נישט קיין שלעכטס, דעמאלט איז דער מענטש גליקליך און פרייליך.
דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן ד): ווען א מענטש ווייסט אז אלעס וואס גייט אריבער אויף אים איז פאר זיין טובה וועגן, דער מענטש לעבט שוין אין גן עדן; ווייל חכמינו זכרונם לברכה זאגן (פסחים נ.): "'בַּיּוֹם הַהוּא יִהְיֶה ה' אֶחָד וּשְׁמוֹ אֶחָד', פרעגן חז"ל, יעצט איז נישט ה' אחד ושמו אחד?! נאר יעצט ווען עס גייט גוט פאר א מענטש, זאגט ער הטוב והמטיב, און חס ושלום ווען עס גייט נישט גוט פאר א מענטש זאגט ער דיין האמת, אבער לעתיד לבא וועט מען אויף אלעס זאגן הטוב והמיטב"; דערפאר ווען א מענטש ווייסט אז אלעס וואס פאסירט מיט אים, אלעס איז דער אייבערשטער, לעבט ער אין עולם הבא.
דערפאר בעט איך דיר זייער, שטארק דיך און זיי פרייליך, אפילו עס איז דיר ביטער וכו' וכו', דאך געדענק אז דער אייבערשטער זעט אלעס וואס דו גייסט אריבער, און האב נישט קיין קשיות אויף דאס וואס דו גייסט אריבער. געדענק אז (תהלים קמה, יז): "צַדִּיק ה' בְּכָל דְּרָכָיו, וְחָסִיד בְּכָל מַעֲשָׂיו", און (שם, ט): "טוֹב ה' לַכֹּל וְרַחֲמָיו עַל כָּל מַעֲשָׂיו", דער אייבערשטער איז גוט צו יעדן איינעם; איי איך זע עס נישט, איי איך פארשטיי עס נישט - דארף איך האבן אמונה אז אלעס איז לטובה, און דאס אז איך זע עס נישט און פארשטיי עס נישט - דאס איז אויך פאר מיין טובה.
איך בין זייער פארנומען יעצט, די ישיבה האט זיך אנגעפאנגען מיט א פרישקייט, אסאך פרישע תלמידים, טייערע בחורים זענען אריין געקומען דעם זמן אין ישיבה, זיי ווארטן איך זאל אריין קומען און רעדן צו זיי וכו'. עס איז דא אין ישיבה א שיעור יעדן צופרי 8:15 מיר לערנען דעם דף גמרא; אויב דו קענסט נישט קומען, קענסטו עס מיטהאלטן אויפן טעלעפאן ליין "קול ברסלב". נאכדעם פארמיטאג איז דא א שיעור פאר די בחורים אין מסכת שבת, דאס לייגט מען נישט ארויף אויף קול ברסלב, אבער דו קענסט אריין רופן בעטן דעם בחור וואס מאכט א לייוו הוק-אפ. נאכדעם איז דא א שיעור 2:30 צוויי קאפיטלעך נ"ך, 3:00 דאווענען מיר מנחה, 5:00 איז דא א שיעור אין רבינ'ס ספרים, ווען איך פרוביר בדרך כלל צו לערנען סיפורי מעשיות. דערפאר קען איך נישט מאריך זיין מיט שרייבן לאנגע בריוו; איך האף אז די פאר ווערטער וועט דיר מחזק זיין און דיר פרייליך מאכן.
בלייב'זשע מיר געזונט און שטארק.