מכתב יומי
יא טבת תשע"ח
December 29 2017
‹ ›בעזרת ה' יתברך
ערב שבת קודש פרשת ויחי, י"א טבת, שנת תשע"ח לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
מוהרא"ש פלעגט שטענדיג חזר'ן דעם מאמר חז"ל (מדרש תנחומא, בראשית ג): "עוֹנֶג שַׁבָּת כְּאֶלֶף תַּעֲנִיּוֹת", ווען א מענטש איז פרייליך שבת, ער האט הנאה פון דאס עסן און טרינקען, און אזוי ווייטער – ווערט דאס גערעכנט אזוי ווי ער וואלט געפאסט טויזענט תעניתים.
מיר גייען יעצט אריין אין די ימי השובבי"ם וואס דער אריז"ל האט אונז מגלה געווען אז מען קען אין די טעג אלעס פארעכטן; דערפאר זאלסטו זען צו זיין פרייליך און זיך מאכן אן עונג שבת, וועט מען דאס רעכענען ווי דו האסט געפאסט טויזענט תעניתים.
מיר האבן נישט קיין כח צו פאסטן אויף די עבירות וואס מיר דארפן אלץ מתקן זיין; מיר האבן נעכטן געפאסט א קורצע פאסט-טאג, מיר האבן שוין געווארט און ארויסגעקוקט א גאנצן טאג: 'ווען קען מען שוין אויספאסטן...' איז ווי קענען מיר אנהייבן טראכטן פון פאסטן אויף וואס מיר דארפן פארעכטן.
צום ביישפיל, דער הייליגער אריז"ל זאגט, ווען א מענטש זינדיגט איינמאל אין פגם הברית, ער איז מוציא זרע לבטלה רחמנא לצלן, דארף ער פאסטן פ"ד (84) תעניתים; ווי קענען מיר אפילו אנהייבן טראכטן פון פאסטן, ווען מיר אלע דארפן תשובה טון אויף די עבירה? עס איז נישט דא גענוג טעג אין אונזער לעבן, אז מיר זאלן קענען פארעכטן אונזערע מעשים... אבער אז מיר וועלן זיך פרייען שבת, מיר וועלן זיך מענג זיין אום שבת - וואס דאס איז כאלף תעניתים, דאס וועט אראפנעמען אונזערע זינד.
זע אכטונג צו געבן זיך נישט אויפצורעגן אויף יעדע קלייניקייט; עס שטייט אין זוהר הקדוש (תקוני זוהר, תיקון מח): אויפן פסוק (שמות לה, ג): "לֹא תְבַעֲרוּ אֵשׁ בְּכֹל מֹשְׁבֹתֵיכֶם בְּיוֹם הַשַּׁבָּת", לייגט דער זוהר צו איין ווארט "לֹא תְבַעֲרוּ אֵשׁ 'הכעס' בְּיוֹם הַשַּׁבָּת"; כאטשיג א גאנצע וואך דארף מען אכטונג געבן נישט צו ווערן אין כעס, אבער שבת דארף מען נאך מער אכטונג געבן נישט צו זיין אין כעס, נאר זען עס זאל זיין פרייליך אין שטוב.
זאלסט זען פרייליך צו מאכן דיין ווייב און קינדער; דער אר"י הקדוש זאגט (ליקוטי תורה, פרשת כי תשא) אז די ראשי תיבות פון די ווערטער (שמות לא, טז): וְשָׁמְרוּ בְ'נֵי יִ'שְׂרָאֵל אֶ'ת הַ'שַּׁבָּת - איז 'ביאה', דאס קומט אונז ווייזן אז שבת דארף מען זען צו זיין צוזאמען - מאן און ווייב; דערפאר פארלייגט זיך דער יצר הרע מיט אלע כוחות אז שבת זאל זיין קריגערייען אין שטוב צווישן מאן און ווייב, כדי מען זאל בלאזן איינער אויפן צווייטן און נישט רעדן צווישן זיך, אזוי וועט מען נישט זיין צוזאמען און נישט זיין פרייליך.
זאלסט האבן א פרייליכן שבת.