מכתב יומי

יא טבת תשע"ט

December 19 2018

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת ויחי, י"א טבת, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


געלויבט דעם אייבערשטן אז מיר האבן א פלאץ פאר אונזערע קינדער, א מוסד וואו מען לערנט מיט זיי פון קינדווייז אן צו האבן א לויטערע ריינע אמונה אינעם אייבערשטן; ווי אויך די זאך פון תפילה, אז יעדע זאך וואס זיי דארפן זאלן זיי בעטן פונעם אייבערשטן.


איך ווארט נאך אלץ אויף א יישר כח פון דיר און דיין ווייב פארן מאכן געהעריג חדר און סקול דורכאויס חנוכה; מיר האבן געהאט חדר און סקול במשך א גאנץ חנוכה אזוי ווי א גאנץ יאר, אנדערש ווי אנדערע מוסדות. האסט אודאי הנאה געהאט, אבער א יישר כח האב איך נאך נישט באקומען. אזוי אויך נעכטן עשרה בטבת ווען אלע מוסדות האבן אהיים געשיקט די קינדער נאך א האלבע טאג האבן מיר געהאט סקול און חדר א גאנצן טאג. איך שרייב דיר דאס ווייל איך וויל דו זאלסט אריין טראכטן וואס מיר טון פאר דיר, און אין פארגלייך זאלסטו אויך טראכטן וואס דו קענסט ארויסהעלפן די מוסד.


עס קומט שוין שבת און איך דארף צאלן פאר די איינגעשטעלטע זייער מאגערע געהאלט זיי זאלן קענען שבת מאכן; ווי אזוי קען איך אויפהאלטן א מוסד בשעת נישט אלע עלטערן צאלן 'שכר לימוד'?! ווי אזוי קען איך באצאלן פאר די איינגעשטעלטע ווען נישט אלע עלטערן מאכן זיך וויסנדיג ווען מען רופט זיי פון אפיס, נאר זיי לייגן די מוסד די לעצטע אויף זייער ליסט וואו צו לייגן דאס געלט?! פארוואס זאל מען נישט קוקן אויף שכר לימוד ווי די וויכטיגסטע זאך, בפרט ווען חכמינו זכרונו לברכה זאגן (ביצה טז.): "כָּל מְזוֹנוֹתָיו שֶׁל אָדָם קְצוּבִים לוֹ מֵרֹאשׁ הַשָׁנָה וְעַד יוֹם הַכִּפּוּרִים, חוּץ מֵהוֹצָאַת שַׁבָּתוֹת וְהוֹצָאַת יוֹם טוֹב, וְהוֹצָאַת בָּנָיו לַתַּלְמוּד תּוֹרָה; שֶׁאִם פָּחַת פּוֹחֲתִין לוֹ, וְאִם הוֹסִיף מוֹסִיפִין לוֹ", ראש השנה שרייבט מען אן וויפיל געלט דער מענטש גייט האבן דעם קומענדיגן יאר, דאס רעכנט אבער נישט אריין די געלט וואס א מענטש שפענדט ביים איינקויפן לכבוד שבת ויום טוב און די געלט וואס מען צאלט פאר שכר לימוד - וואס אויב מען פארמינערט, פארמינערט מען אים, און אויב ער פארמערט, פארמערט מען אים פון הימל צו האבן פרנסה בשפע.


א גוטן טאג.