מכתב יומי
יא טבת תשפ
January 08 2020
‹ ›בעזרת ה' יתברך
ד' פרשת ויחי, י"ב טבת, שנת תש"פ לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר.
פארוואס קלאפסטו זיך אראפ? פארוואס זאלסטו זיך לאזן צעברעכן? הייב זיך אויף און הייב אן פונדאסניי, דער אייבערשטער ווארט דו זאלסט זיך צוריק קערן צו אים. דו קענסט נאך תשובה טון, דער אייבערשטער ווארט דו זאלסט תשובה טון, זאג פאר'ן אייבערשטן אז דו גייסט זיין וואויל, דו גייסט שוין נישט טון קיין שלעכטס.
נעם די עצה פון רבי'ן; גיי אין א ליידיגע פלאץ, א פלאץ וואו קיינער קוקט נישט אויף דיר און הייב אן שמועסן מיט'ן אייבערשטן, דאס וועט דיר געבן כוחות זיך אויפצוהייבן און אנגיין מיט'ן לעבן. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות ו:): "אֵין עֲמִידָה אֶלָּא תְּפִילָה"; זאגט מוהרא"ש, מען קען נישט בלייבן שטיין נאר מיט תפילה, דאס הייסט: "אֵין עֲמִידָה" - מען קען זיך נישט דערהאלטן, "אֶלָּא תְּפִילָה" - נאר מיט תפילה; אז מען איז מתפלל, מען מאכט התבודדות און מען געדענקט וואס דער רבי טוט מיט אונז, מען געדענקט ווי אזוי מען האט אויסגעזען אן דעם רבי'ן, דעמאלט קען מען זיך דערהאלטן.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.