מכתב יומי
יא כסלו תשע"ח
November 29 2017
‹ ›בעזרת ה' יתברך
יום ד' פרשת וישלח, י"א כסליו, שנת תשע"ח לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
היינט ענדיגן מיר מסכת מכות און מארגן הייבן מיר אן בעזר ה' מסכת שבועות; זיי נישט קיין בטלן, כאפ דיר מיט. עס איז א שאד יעדן טאג וואס גייט אריבער אן תורה, א טאג אן לימוד התורה איז קיין טאג, און ווען א מענטש איז זוכה צו לערנען תורה וועט ער מצליח זיין אין אלע זיינע וועגן.
די רבי הייבט אן זיין ספר ליקוטי מוהר"ן (סימן א): " דַּע, שֶׁעַל יְדֵי הַתּוֹרָה נִתְקַבְּלִין כָּל הַתְּפִלּוֹת שֶּׁאָנוּ מִתְפַּלְּלִים", אז מען לערנט תורה נעמט דער אייבערשטער אן אונזערע תפילות, ווייל ווער עס לערנט תורה באקומט א חן, אזוי ווי עס שטייט (משלי ה, יט): "אַיֶּלֶת אֲהָבִים וְיַעֲלַת חֵן"; מען זעט, ווען איינער קומט בעטן א טובה פון א צווייטן, אויב דער מענטש וואס בעט די טובה איז א בא'חנ'טער מענטש, דעמאלט באקומט ער אלעס וואס ער בעט, ווייל זיין חן מאכט אז מען זאל וועלן ערפילן וואס ער דארף, אזוי אויך - זאגט דער רבי - ווען מען לערנט תורה באקומט דער מענטש חן 'בעיני אלקים ואדם', נעמט מען אן אלע תפילות וואס ער בעט.
ווען א מענטש לערנט תורה פארברענט ער אלע קליפות וואס זענען באשאפן געווארן פון זיינע עבירות, בפרט ווען מען לערנט גמרא וואס דאס איז פייער פארן ס"מ. מען זעט אן אינטערעסאנטע זאך, דער ס"מ וועט אלעס לאזן דעם מענטש טון, ביז לערנען גמרא, ווייל דאס פארברענט אים אינגאנצן, אזוי ווי דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן ריד): תלמוד באטרעפט אזוי ווי די קליפה וואס ווארפט אראפ א מענטש אין פגם הברית (לילית), אויב לערנט מען גמרא (תלמוד) פארברענט די קליפה.
איך האף אז דו וועסט זיך מאכן א נייע התחלה און אנהייבן לערנען יעדן טאג אביסל גמרא, וועסטו זוכה זיין צו אלעס גוטס. דו וועסט באקומען חן אינעם אייבערשטנס אויגן, און אלע דיינע בקשות, אלע דיינע תפילות וועלן אנגענומען ווערן.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.