מכתב יומי

י כסלו תשפ"ו

November 30 2025

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת וישלח, י' כסליו, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


אז דו וועסט תשובה טון, דו וועסט זאגן פארן אייבערשטן: "הייליגער באשעפער זיי מיר מוחל, הייליגער באשעפער איך הייב אן פון ניי זיין אן ערליכער איד" - וועט דיר דער אייבערשטער מוחל זיין און דו וועסט אנקומען ביזן כסא הכבוד. אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (יומא פו.): "גְּדוֹלָה תְּשׁוּבָה שֶׁמַּגַּעַת עַד כִּסֵּא הַכָּבוֹד", ווען א מענטש טוט תשובה קומט ער אן ביזן כסא הכבוד; מען קומט אן צו די העכסטע מדריגה.


ברודער גלייב אין רבי'ן, כאפ זיך אן אין רבי'ן, האלט זיך מיטן רבי'ן וואס זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן קיב): "אִם אַתָּה מַאֲמִין שֶׁיְּכוֹלִין לְקַלְקֵל, תַּאֲמִין שֶׁיְּכוֹלִין לְתַקֵּן", אויב דו גלייבסט אז דו קענסט טון שלעכטס - גלייב אויך אז דו קענסט פאררעכטן; לייג אוועק אלע חכמות המדמות.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.