מכתב יומי
יא כסלו תשפ"ו
December 01 2025
‹ ›בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת וישלח, י"א כסליו, שנת תשפ"ו לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
ווארף אוועק די נארישע מחשבות פון חס ושלום ענדיגן דאס לעבן השם ישמרינו; ווי געפערליך עס איז דיר דא - קומט דאס נישט צו א פינטל, איין פראצענט - וואס דארט גייט פאר; נישט איך זאג דיר דאס, דער רבי זאגט דאס.
אמאל איז א איד געקומען צום רבי'ן זאגן: "איך וויל שטארבן, איך האב שוין נישט קיין כח צו די יסורים וואס גייט אריבער אויף מיר", זאגט אים דער רבי (שיחות הר"ן, סימן פד), חכמינו זכרונם לברכה זאגן (אבות ד, כב): "וְאַל יַבְטִיחֲךָ יִצְרְךָ", דער יצר הרע זאל דיר נישט איינרעדן, "שֶׁהַשְּׁאוֹל וְהַקֶּבֶר בֵּית מָנוֹס לְךָ", אז אין קבר וועט דיר זיין בעסער; דער רבי האט אים געגעבן צו פארשטיין אז דא אויף די וועלט איז א מענטש פארנומען, יעדער איינער מיט זיינע טרדות, פרנסה וכו' וכו'; קען זיין מען זאל כאפן א ביס פון א בין אדער א פליג אן דעם וואס מען זאל דאס שפירן, ווייל מען איז אריינגעטון אין אנדערע זאכן, אבער אין קבר איז נישט דא קיין שום טרדות און מחשבות וואס זאלן אוועק נעמען דעם קאפ פון הערן ווי די ווערעם קריכן און בייסן, דארט הערט מען יעדע ריר און יעדע שטאך; מען קען זיך נישט פארשטעלן די צער אין קבר ווען מען הערט יעדע בייס פון די ווערעם און די צער פון הערן ווי זיי קריכן.
די מחשבות פון 'איך אנטלויף', 'איך לויף אוועק' וכו' וכו'; וויל איך דיר זאגן ליבער ברודער, נישטא וואו צו אנטלויפן, פונעם אייבערשטן קען מען זיך נישט באהאלטן, נאר צום אייבערשטן דארף מען לויפן, בעט דעם אייבערשטן ער זאל רחמנות האבן אויף דיר און דיר העלפן.
דא האסטו א קליינע תפילה צו זאגן יעדן טאג:
"רבונו של עולם האב רחמנות אויף מיר, איך קען נישט מער, איך האב מער נישט קיין כח, איך בין אזוי דערביטערט פון דאס וואס גייט אויף מיר אריבער אז איך טראכט שוין מחשבות וואס איז נגד השכל, פון וועלן אנטלויפן חס ושלום, העלף מיר, געב מיר א שטארקע אמונה, געב מיר שמחה, מאך מיך פרייליך, איך זאל זיין אזוי פרייליך אז איך זאל געדענקען אז אלעס ביסטו, דומם צומח חי מדבר - אלעס אלעס איז דו, אלעס קומט פון דיר, אלעס איז נאר דו און דו ביסט אלעס"; אזוי זאלסטו בעטן טאג טעגליך, און לייג צו דיינע אייגענע תפילות.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.