מכתב יומי

יא ניסן תשע"ח

March 27 2018

  בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת שמיני-א, י"א ניסן, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


אשרינו מה טוב חלקינו אז מיר זענען מקורב צום הייליגן רבי'ן וואס געבט אונז שכל ווי אזוי מיר זאלן זיך פירן אין לעבן. דער רבי לערנט אונז אויס מידות טובות און אז מיר זאלן אכטונג געבן ווי אזוי מיר פירן זיך.


דער רבי האט געזאגט: "ווען קיסרים און קעניגן וואלטן געוואוסט וואסערע דרך ארץ איך לערן מיט מיינע מענטשן, וואלטן זיי געשיקט זייערע קינדער לערנען צו מיר".


זע צו רופן דיינע עלטערן יעדן טאג; בפרט יעצט אין די ערב יום טוב טעג ווען אלע זענען פארנומען אנצוגרייטן דעם הייליגן יום טוב זאלסטו זיך אומקוקן אויף דיינע עלטערן. געדענק אז כיבוד אב ואם איז פון די הארבסטע מצוות וואס מיר האבן; מען קען זיך נישט פארשטעלן ווי גרויס איז די שכר פון דעם וואס איז מכבד זיינע עלטערן, אסאך מאל קען מען מיט ממש א קלייניקייט זיך איינקויפן עולם הבא.


דער הייליגער שר שלום פון בעלזא זכותו יגן עלינו פלעגט האבן ביי זיך ביים סדר זיין מאמע; ער האט איר געזעצט נעבן זיך א במשך דעם גאנצן סדר און געגעסן מיט איר פון איין טעלער און ער האט איר מכבד געווען מיט דאס גרעסטע מאס כיבוד אם וואס איז שייך. בשעת ער האט געגעסן מיט איר די זופ האט זי אריין געלייגט שטיקלעך מצה אין די זופ עס זאל איר זיין ווייעך, אבער דער הייליגער שר שלום זי"ע האט איר גארנישט געזאגט, ער האט גערוקט די שטיקלעך מצה צו איר זייט און ער האט ווייטער געגעסן פונעם זעלבן טעלער. ווען דער הייליגער שר שלום זי"ע האט געזען ווי מען וואונדערט זיך אויף אים האט ער געזאגט: "כיבוד אם איז א דאורייתא און נישט עסן געבראקטס איז א מנהג"; זעט מען ווי ווייט די צדיקים זענען געווען נזהר אין כיבוד אב ואם.


געב אכטונג נישט צו שרייען אין שטוב; עס לוינט זיך נישט די אלע חומרות אויב עס גייט אויפן חשבון פון די ווייב און קינדער. געדענק וואס מוהרא"ש פלעגט זאגן: "שטויב איז נישט קיין חמץ און קינדער זענען נישט קיין קרבן פסח"; א משהו כעס איז אסור מדאורייתא און א משהו עצבות איז חמץ גמור, אויף דעם העלפט נישט קיין ביטול א גאנץ יאר.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן א כשר'ן און פרייליכ'ן יום טוב.