מכתב יומי

יא ניסן תשע"ט

April 16 2019

[די בריוו פון ביינאכט איז בייגעלייגט צום סוף פון דעם בריוו]


 


בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת אחרי א', י"א ניסן, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אז עס איז דיר זייער ביטער און דו זעסט נישט קיין וועג ארויס וכו', גיי יעצט כאפן א שפאציר מיטן אייבערשטן אליינס; זיי זיך מתבודד, שמועס זיך אויס דיין הארץ צום אייבערשטן, וועט דיר גלייך גרינגער ווערן.


אין דעם יעצטיגן סעזאן ווען עס הייבן אן וואקסן די גראז מיט די ביימער איז א גוטע צייט צו גיין שפאצירן און זיך אויסשמועסן דאס הארץ מיט'ן אייבערשטן; ווען דער הייליגער רבי האט נאך געוואוינט אין שטאט זלאטיפאליע איז ער אמאל געגאנגען שפאצירן מיט זיין טאכטער שרה, אזוי שפאצירנדיג האט דער רבי איר געזאגט (שיחות הר"ן, סימן קסג): "ווען דו וואלסט ווען זוכה געווען צו הערן דאס געזאנג פון די גראז, ווי יעדע גראז זינגט און לויבט דעם אייבערשטן... ווי גוט און ווי איינגענעם איז צו הערן ווי זיי זינגען זייערע לידער, עס איז גוט צו זיין צווישן זיי"; מיר הערן נישט ווי די גראז זינגען אבער מען מיר שפירן אן אנדערע טעם ווען מיר מאכן התבודדות צווישן זיי, עס רעדט זיך מער צום אייבערשטן.


זיי זיך נישט מייאש, מיר האבן א גרויסער באשעפער וואס זארגט און טוט אלעס פאר אונז; געב א קוק, מיר האבן געארבעט אין מצרים ביטער שווער אונטער פרעה, פלוצלינג האט דער אייבערשטער אונז ארויסגענומען מיט זיין אויסגעשטרעקטע האנט, אזוי וועט דער אייבערשטער דיר אויך העלפן.


נאך א זאך בעט איך דיר זייער, דו זאלסט אכטונג געבן פון מענטשן וואס מאכן חוזק פון די דיבורים וואס מיר חזר'ן פון רבי'ן. טענה זיך נישט מיט קיינעם און דו דארפסט נישט פארענטפערן קיינעם; נעם די דיבורים פאר דיר, צו לעבן מיט דעם א חיים טובים. רבי נתן פלעגט שטענדיג אנזאגן זיינע תלמידים זאלן אכטונג געבן פון לצים; ער פלעגט זאגן בזה הלשון: "די אלע וואס האבן גערעדט, האבן זיך נישט דערהאלטן"; דו וואס האבן גע'טענה'ט און זיך מתווכח געווען זענען ליידער אוועק געפאלן.


דערפאר זאלסטו זייער אכטונג געבן נישט צו האבן צו טון מיט לצים; מיין גאנצע הצלחה פון ווען איך בין מקורב געווארן אין היכל הקודש איז אז איך האב קיינמאל נישט פארענטפערט מוהרא"ש ווען מען האט מיר פארגעהאלטן וכו', ווען מען פלעגט מיר פרעגן: "היתכן מוהרא"ש האט אזוי געטון?" "מוהרא"ש האט אזוי געזאגט?" פלעג איך מאכן א תנועה ווי איינער פארוואונדערט זיך, כאילו עס איז טאקע אינטערעסאנט (חס ושלום) און איך האב קיינמאל נישט געזוכט צו פארשטיין אדער פארענטפערן; עס איז מיר נישט אנגעגאנגען און עס גייט מיר עד היום נישט אן צו פארשטיין זאכן וואס האבן נישט מיט מיר, איך פריי זיך אז איך האב זוכה געווען צו טרעפן א צדיק וואס האט אויף מיר רחמנות און פארגינט מיר א גוט לעבן, מער פון דעם וויל איך נישט און איך דארף נישט.


איך האב געזען במשך די יארן אז די אלע וואס האבן זיך געטענה'ט און פארענטפערט וכו' וכו' - זענען שוין פון לאנג נישט דא, די אלע האבן במשך די צייט אלעס אפגעלאזט. קודם זענען זיי אוועק געגאנגען פון היכל הקודש, נאכדעם זענען זיי אוועק פון רבי'ן און היינט קומען זיי שוין נישט קיין אומאן, זיי האבן היינט גארנישט - נישט די וועלט און נישט יענע וועלט; ווייל ווען מען ווערט מקורב צום רבי'ן נעמט דער רבי אוועק די וועלט, דער רבי ווייזט דעם מענטש דעם אמת פון לעבן און מען זעט אז עולם הזה איז נישט דא; דער רבי געבט אונז א טעם פון יענע וועלט, אבער אז מען לאזט אפ דעם רבי'ן האט מען נישט די וועלט און נישט יענע וועלט.


טייערער ברודער, נעם דעם רבינ'ס ווערטער ווי מעדעצין; נעם דעם רבי'ן ווי למשל מען גייט צו א דאקטער. ווען מען גייט זיך היילן ביי א דאקטער אינטערעסירט גארנישט, מען וויל נאר איין זאך: "זיין געזונט"; מער פון דעם אינטערעסירט נישט. אזוי זאלסטו נעמען דעם רבי'ן; דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן ל): "צָרִיךְ לְבַקֵּשׁ לְנַפְשׁוֹ רוֹפֵא גָּדוֹל מְאֹד מְאֹד - הַגָּדוֹל בְּמַעֲלָה בְּיוֹתֵר, דְּהַיְנוּ שֶׁיַּחֲזִיר וִיבַקֵּשׁ תָּמִיד לִזְכּוֹת לְהִתְקָרֵב לְהָרַבִּי הַגָּדוֹל מְאֹד מְאֹד", א מענטש דארף זוכן א גרויסער דאקטער, א צדיק וואס זאל אים צוריק ברענגען צום אייבערשטן; אויב קומט מען צום הייליגן רבי'ן מיט אזא צוגאנג, דעמאלט אינטערסירט גארנישט.


זארג נישט, רבי נתן געזאגט: "אויף פסח וועט זיין, אבער ווי נעמט מען דעם פסח אליין?", ווי נעמט מען דעם פֶּה-סָח - דאס רעדן צום באשעפער. בעט דעם אייבערשטן: "רבונו של עולם, העלף מיר איך זאל זוכה זיין צו געדענקען אז אלעס קומט פון דיר. העלף מיר באשעפער איך זאל האבן ריינע אויגן, א ריינע מח און א ריינע הארץ, העלף מיר איך זאל קענען אויסרייניגן מיינע אברים זיי זאל נישט זיין חמצ'דיג פונעם יצר הרע".


מארגן מיטוואך וועט אם ירצה ה' פארקומען די שיעור.


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן זוכה זיין צו (פסחים קטז:): "וְנֹאכַל שָׁם מִן הַזְּבָחִים וּמִן הַפְּסָחִים"; און צו (מיכה ז, טו): "כִּימֵי צֵאתְךָ מֵאֶרֶץ מִצְרָיִם אַרְאֶנּוּ נִפְלָאוֹת", אמן.


א פרייליכן יום טוב.


 


~~~~~~~~~~


 


בעזרת ה' יתברך


ג' פרשת אחרי א', י"א ניסן, שנת תשע"ט לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דער עיקר הצלחה וועסטו האבן אז דו וועסט אריין נעמען דעם אייבערשטן אין אלעס וואס דו טוסט. אז מען געבט זיך איבער צום אייבערשטן איז גוט, ווייל א מענטש קען טון אלעס אויף דער וועלט און ער וועט נישט מצליח זיין נאר אויב ער געבט זיך איבער צום אייבערשטן.


אזוי געפונען מיר אין די גמרא (ירושלמי תרומות, מג:): "רַבִּי יַנַּאי הַוָה מִידְחַל מִינֵיהּ סַגִין", דער הייליגער רבי ינאי האט זייער מורא געהאט פון שלענג, "וַהֲוָה יָהֵב עַרְסֵיהּ עַל אַרְבָּעָה מְרוּשִׁין דְּמַיִּין", ער האט אריין געלייגט די פיר פיס פון זיין בעט אין פיר אמערס אנגעפילט מיט וואסער, אז אויב א שלאנג וועט קומען זאל עס נישט קענען אנקומען אויף זיין בעט, ווייל א שלאג גייט נישט אין וואסער; איין טאג הייבט ער זיך אויף און זעט א שלאנג, האט ער געזאגט פאר זיינע תלמידים: "אַרִימוּן מִינֵיהּ", נעמט אוועק די כלים פון וואסער ווייל עס העלפט סיי ווי נישט, איך געב זיך איבער צום אייבערשטן און דער אייבערשטער וועט מיר אפהיטן, אזוי ווי עס שטייט (תהלים קטז, ו): "שֹׁמֵר פְּתָאיִם ה'"; א מענטש קען פרובירן אלע פאטענטן זיך צו היטן פון שלעכטס – דאך מוז ער נאך אלץ צוקומען צום אייבערשטן.


יעצט פאר יום טוב ווען מיר גרייטן זיך צו מקבל זיין דעם גרויסן יום טוב; מען רייניגט, מען קויפט איין וכו' וכו', דארף מען אבער געדענקען אז מען מוז זיך איבערגעבן צום אייבערשטן, מען מוז בעטן דעם אייבערשטן אויף יעדע פרט - אז מען זאל האבן א כשר'ע און פרייליכע יום טוב.


נעכטן נאכט בין איך געגאנגען העלפן מיינע עלטערן; איך האב גע'כשר'ט זייער קאך, אויך האב איך געהאט די זכיה צו משמש זיין מיין זיידע דער קארלסבורגער רב שליט"א, איך האב גע'כשר'ט ביי אים די קאך. ווען איך בין זיך געגאנגען געזעגענען פון אים און איך האב אים געזאגט: "די קאך איז שוין גרייט פאר פסח, איך האב עס גע'כשר'ט", געבט ער מיר א פרעג: "קענסט מיר אויך כשר'ן פאר יום טוב?" איך בין ארויס פון דארט מיט א שטארקע התעוררות זעענדיג ווי א איד וואס זיצט און לערנט יומם ולילה לעבט מיט תשובה און וויל זוכה זיין צום פסח, איז דאך זיכער אז מיר וואס מיר דארפן זיך טאקע כשר'ן פון אונזערע מעשים דארפן מיר זיכער תשובה טון.


מען דארף זיך אפשערן לכבוד יום טוב, בפרט פאר פסח ווען מען קען זיך נישט שערן אין די ספירה טעג. זאלסטו זיך אפשערן יעצט פאר יום טוב, לאז עס נישט איבער פאר די לעצטע מינוט. זאלסט זיך אפשערן ביי אן ערליכער איד וואס וועט דיר איבער לאזן בארד און פיאות; אויב מען קען נישט די שיעור פון פיאות קען מען חס ושלום אריין שערן אין די שיעור. גיי נישט צו קיין שערער וואס האט נישט קיין יראת שמים, ענדערש שער זיך ביי אן ערליכער איד וואס וועט דיר שערן ווי א איד.


בעט דעם אייבערשטן: "רבונו של עולם, איך וויל זיך כשר'ן פאר יום טוב, איך וויל זיין כשר, איך וויל זיין ערליך; הייליגער באשעפער נעם ארויס פון מיר אלע חמצ'דיגע בליעות, אלע נישט גוטע זאכן וואס איך האב איינגעזאפט אין מיר במשך די יאר; איך וויל נישט זיין חמצ'דיג, איך וויל נישט טון זאכן וואס זענען קעגן דיין ווילן".


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן זוכה זיין צו (פסחים קטז:): "וְנֹאכַל שָׁם מִן הַזְּבָחִים וּמִן הַפְּסָחִים"; און צו (מיכה ז, טו): "כִּימֵי צֵאתְךָ מֵאֶרֶץ מִצְרָיִם אַרְאֶנּוּ נִפְלָאוֹת", אמן.


א פרייליכן יום טוב.