מכתב יומי
יא ניסן תשפ"ב
April 12 2022
‹ ›בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת אחרי א', י"א ניסן, שנת תשפ"ב לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
חסדי השם יתברך מיר קומען שוין נענטער און נענטער צום הייליגן יום טוב פסח.
איך האב נעכטן גע'כשר'ט מיין קאך און איבערגעדעקט אלע קאונטערס. עס איז וויכטיג דו זאלסט אויך אזוי טון; נאכן כשר'ן די קאונטערס - דאס איבערדעקן. אזוי אויך די סינק; אלעס וואס מען נוצט מיט הייסע חמץ - דעקט מען איבער.
די פיסל פון די לייכטער כשר איך אויך; מיר לייגן נישט פסח אויפ'ן טיש זאכן וואס ליגן א גאנץ יאר אויפ'ן טיש, אפילו מען נוצט דאס נישט צום עסן - נאר אז מען כשר'ט דאס. אזוי אויך די זאכן וואס ווייקן זיך אין חמץ א גאנץ יאר, צום ביישפיל בענטשערס, סידורים וואס מען נוצט ביים עסן - דאס נוצן מיר נישט פסח, מיר האבן אוועקגעלייגט צווישן די פסח כלים - פסח סידורים, פסח תהילים'ס און פסח בענטשערס; אזוי איז אויך מיט אנדערע זאכן וואס עס ליגט מיט חמץ, נען נוצט דאס נישט פסח.
פרויען צירונג פון די הענט, ווי רינגלעך - איז כדאי צו כשר'ן. מען קען דאס אליינס כשר'ן אין שטוב, מען קאכט אויף א טעפל וואסער און מען כשר'ט דאס, ווייל דאס ווערט חמץ'דיג בשעת'ן קאכן און בשעת'ן עסן, און אז מען גייט מיט דעם פסח - איז כדאי דאס צו כשר'ן.
איך בין ארויסגעפארן אין שטעטל קרית ברסלב, דארט איז ממש א גן עדן, עס איז אזוי געשמאק דארט צו זיין; אזעלכע טייערע אינגעלייט, טייערע משפחות; די קינדער לעבן מיט אמונה, די לופט איז דארט א ריינע לופט, יעדער האט מעשיות צו דערציילן פון תפילה; איך האב הנאה יעדע רגע דארט צו זיין.
מארגן וועט זיין מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף די שיעור אין ישיבה, איך קום צוריק צום שיעור. איך האף דו וועסט זיך קענען ארויסכאפן פאר די שעה צו הערן אביסל פון דאס גרויסקייט פונעם ליל הסדר.
אז דו וועסט די יאר מאכן אן אייגענעם סדר - איז כדאי דו זאלסט זאגן אנהויב פאר "הא לחמא עניא" - דעם שטיקל זוהר פון פרשת בא (מוהרא"ש האט דאס אריינגעשטעלט אין הגדת אור זרוע). ווי דער זוהר דערציילט וואס טוט זיך אין הימל ביים ליל הסדר. אז דו גייסט צו דיינע עלטערן זאלסטו מיטהאלטן מיט זייער סדר, אפשר ווען מען הערט אויס אלע אייניקלעך ווי זיי זאגן די קשיות פון די מה נשתנה - דעמאלט קענסטו דאס זאגן פאר דיר. אז מען קוקט אריין די ווערטער ווערט דאס הארץ צעפלאמט, וואס טוט זיך אין הימל, א געוואלד - ווען אידישע קינדער זאגן די הגדה, ווען מען דאנקט דעם אייבערשטן; ווי דער אייבערשטער כביכול קומט אראפ מיט די גאנצע פמליא של מעלה זען די סדר נאכט.
נעכטן אינדערפרי בין איך געגאנגען אין חדר אין שטעטל; יעדעס מאל איך קום אין שטעטל לויף איך קוקן די חדר, די מוסד איז מיין זאך, איך בין אזוי איבערגענומען פון די חדר און סקול, די קינדער וואקסן מיט אזא ריינקייט.
היינט האבן מיר א ברית דא אין שטעטל. איך האב אמאל געהאט א מעשה מיט א ברית א חודש פאר פסח, איך האב געהאט א בארג פון חובות, די מוסד איז נאך געווען יונג, נאכנישט געווען צופיל תלמידים חתונה געהאט, מיר האבן נישט געהאט צו וועם זיך צו ווענדן אזוי ווי היינט, איך האב געזען דעמאלט שטערנס, איך האב געוויינט ביים ברית צום אייבערשטן און צו אליהו הנביא: "מאך מיר א נס, איך וויל קענען באצאלן אלע מלמדים"; און איך האב געהאט א גרויסע נס. איך וועל בעטן פאר דיר ביים ברית זאלסט שוין האבן דיין ישועה.
איך דארף מקצר זיין אין די ערב פסח טעג, איך האף דיר צו זען מארגן ביים שיעור.
א כשר'ן פרייליכן יום טוב.