מכתב יומי
יב שבט תשע"ח
January 28 2018
‹ ›בעזרת ה' יתברך
יום א' פרשת יתרו, י"ב שבט, שנת תשע"ח לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
די וואך ליינט מען די פרשה פון קבלת התורה, איז יעצט א פאסיגער צייט זיך צו באנייען אין לימוד התורה.
חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שבת קכ.): אויפן פסוק (ישעיהו ג, ז): "וּבְבֵיתִי אֵין לֶחֶם וְאֵין שִׂמְלָה" – זֶה שֶׁאֵין בְּיָדִי לֹא מִקְרָא וְלֹא מִשְׁנָה וְלֹא תַּלְמוּד", א מענטש וואס לערנט נישט יעדן טאג אביסל חומש, א פרק משניות און א דף גמרא איז דער גרעסטער ארימאן; מען זעט ווי מענטשן ארבעטן במשך זייער גאנץ לעבן אוועק צו לייגן נאך און נאך געלט, מען טראכט נישט אז איין טאג וועט דער מענטש דארפן צוריק גיין צום אייבערשטן און דארט ניצט מען נישט קיין געלט, דארט איז דאס נישט ווערד, דארט איז ווערד נאר תורה ומצות.
מיר האבן נאך צוויי וואכן פון די ימי השובבי"ם, אין די טעג איז דער צייט וואס מען קען אלעס מתקן זיין; חכמינו זכרונם לברכה זאגן )ירושלמי ראש השנה פרק ד, הלכה ח): "כֵּיוָן שֶׁקִּבַּלְתֶּם עֲלֵיכֶם עוֹל תּוֹרָה - מַעֲלֵה אֲנִי עֲלֵיכֶם כְּאִילוּ לֹא חֲטָאתֶם מִיְמֵיכֶם", ווען א מענטש איז מקבל אויף זיך דעם עול תורה, דאס הייסט ער נעמט זיך פאר צו לערנען יעדן טאג די הייליגע תורה, זאגט דער אייבערשטער: "איך באטראכט דעם מענטש כאילו ער האט קיינמאל נישט געזינדיגט"; זעט מען אז ווען מען לערנט תורה קען מען אלעס פארעכטן.
מיר האבן זוכה געווען אז דער רבי האט אונז געגעבן א גרינגע וועג ווי אזוי יעדער פון אונז זאל קענען לערנען; מען זאל זאגן די ווערטער פון די הייליגע תורה. אזוי ווי דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן עו) אז אפילו מען פארשטייט נישט וואס מען לערנט הייסט דאס לימוד התורה. דער רבי ברענגט אראפ וואס חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שבת סג.): "לִגְּמוֹר וַהֲדַר לִסְבֹּר, וְאַף עַל גַּב דְּלָא יָדַע מַה קָאָמַר", שֶׁנֶּאֱמַר (תהלים קיט, כ): "גָּרְסָה נַפְשִׁי לְתַאֲבָה", א מענטש זאל לערנען אפילו ער פארשטייט נישט וואס ער לערנט.
איך בין געווען פאריגע וואך אין ארץ ישראל פאר צוויי טעג; איך האב געהאט אין פלאן צו זיין ביינאכט אין ירושלים ביים שער השמים, דארט זאגן תיקון חצות און זיך מתבודד זיין אביסל, אזוי ווי דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן נד) אז ביי חצות איז א גוטע צייט זיך אויסצוגיסן דאס הארץ וכו'. למעשה זענען צו מיר צוגעקומען דריי בחורים און געבעטן איך זאל קומען צו זיי אין ישיבה געבן א שיעור, לכתחילה האב איך נישט געהאט חשק און איך האב זיך פרובירט ארויס צו דרייען פון זיי, אז איך בין דא נאר פאר איין טאג און איך פאר שוין מארגן צוריק, ווייל איך האב געוואלט אביסל צייט פאר מיר אליין וכו'. למעשה האב איך זיך דערמאנט וואס חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שבת קכז.): "גְדוֹלָה הַכְנָסַת אוֹרְחִין מֵהַקְבָּלַת פְּנֵי שְׁכִינָה", עס איז גרעסער צו טון א טובה טון פאר א צווייטן ווי צו זיצן פאר זיך לערנען און דאווענען; האב איך געטראכט אז באמת וויל איך זיצן דא ביים שער השמים מקבל זיין פני השכינה, אבער פון דער אנדערער זייט זענען דא צעבראכענע בחורים וואס דארפן חיזוק אנצוגיין אין לעבן.
למעשה בין איך געגאנגען ביינאכט האלטן דארט א דרשה; מיר האבן גערעדט פון תפילה והתבודדות, אז ווען א מענטש רעדט צום אייבערשטן איז אים דאס לעבן גרינגער. אפילו ער ווארט נאך אלץ אויף זיין ישועה, אבער אז מען ווייסט אז אלעס איז דער אייבערשטער איז עס גרינגער צו נעמען.
מיר זענען אזוי גליקליך אז מיר ווייסן פון רבי'ן; וואו וואלטן מיר געווען און ווי אזוי וואלטן מיר אויסגעזען אן דעם רבי'ן. ברוך ה' מיר האבן א רבי וואס לערנט אונז אויס אז מיר זאלן זיך נישט פארלירן אפילו אין די שווערסטע מצבים, א רבי וואס ווייזט אונז וואו מען קען זיך באהאלטן אין א שווערע טאג, מען זאל לויפן צום אייבערשטן און צו די תורה.
איך בעט דיר טייערער..., דערהאלט זיך און געדענק שטענדיג וואס דער רבי האט געזאגט פאר ר' נתן; ווען ר' נתן האט די ערשטע מאל געזען דעם רבי'ן אין חלום – ווי ער קריכט ארויף אויף א לייטער און ער האלט אין איין פאלן - האט ער געזען ווי פון אויבן שטייט א אינגערמאן און שרייט צו אים: "נתן! דראפע זיך און דערהאלט זיך". שפעטער ווען ער איז געקומען צום רבי'ן האט ער געזען אז דער מענטש וועם ער האט געזען אין חלום, דאס איז דער רבי.
דער רבי שרייט פאר אונז אלע, "...! דראפע זיך און דערהאלט זיך".
זיי פרייליך.