מכתב יומי

יא שבט תשע"ט

January 17 2019

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת בשלח, י"א שבט, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך וויל דיר פערזענליך איינלאדענען צו די יארצייט סעודה לכבוד מוהרא"ש זכר צדיק לברכה, וואס וועט אם ירצה ה' פארקומען קומענדיגע וואך דינסטאג נאכט אין ישיבה; מיר וועלן זיך מחזק זיין מיט די מתנה וואס דער אייבערשטער האט אונז געגעבן אין אונזער דור, אזא ליכטיגקייט - מוהרא"ש זכר צדיק לברכה - וואס האט אונז אויפגעהויבן פון וואו מיר זענען געליגן און אונז צוגעברענגט אז מיר זאלן לעבן מיטן אייבערשטן.


אלע דיבורים וואס דו הערסט פון מיר און אלע בריוון וואס דו ליינסט פון מיר - דאס איז אלעס מוהרא"ש; איך אן מוהרא"ש בין גארנישט. די אלע שכל און הקדמות וואס דו האסט געלערנט אין ישיבה דאס אלעס קומט פון מוהרא"ש וואס ער האט דאס גענומען פון הייליגן רבי'ן. אלע בריוון פון 'עצתו אמונה' און פון 'איש אמונות' - דאס איז מוהרא"ש.


די שענסטע זאך וואס דער אייבערשטער האט געטון מיט מיר איז אז איך האב זיך דערוואוסט פון הייליגן רבי'ן דורך מוהרא"ש זכר צדיק לברכה.


איך האף אז דו וועסט קומען צום יארצייט סעודה, ווייל איך וויל דיר מחזק זיין דו זאלסט אויך ווערן א מפיץ; די יארצייט סעודה וועט זיין א 'כינוס המפיצים', איך פאר נישט קיין ארץ ישראל צום יארצייט נאר צוליב דעם ווייל איך האב א שליחות פון מוהרא"ש צו מחזק זיין די בחורים און יונגעלייט דא אז זיי זאלן אויך עוסק זיין אין הפצה.


אויב דו קענסט פרעגן דיין ווייב תחי' צי זי וויל זיך משתתף זיין מיט'ן מאכן עפעס פאר די סעודה, ווי למשל א קוגל וכדומה; זי קען זיך פארבינדן מיט מרת ... תחי'.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.