מכתב יומי
יב אדר ב' תשע"ט
March 19 2019
‹ ›בעזרת ה' יתברך
ג' פרשת צו, י"ב אדר ב', שנת תשע"ט לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר.
נוץ נישט מיינע דרשות צו שטעכן דיין ווייב תחי'. דו מעגסט קויפן א מתנה פאר דיין ווייב לכבוד יום טוב. זאג איר נישט אז דער ראש ישיבה לאזט נישט קויפן קיין מתנות. עס איז נישט אמת, דער ראש ישיבה זאגט אז מען קען נישט 'אונטער קויפן' א פרוי נאר מיט מתנות. ווייל מיט דעם וואס מען קויפט טייערע צורינגען בשעת מען פירט מען זיך אויף ווי א חי' וועט עס נישט העלפן - דאס זאגט דער ראש ישיבה, אבער נישט מען זאל נישט קויפן קיין מתנות; פארקערט, מען דארף קויפן מזמן לזמן א שיינע מתנה פאר די ווייב - בפרט ווען עס קומט יום טוב.
בעט דעם אייבערשטן ביי שמונה עשרה, ביי די ברכה פון שכל: "'אַתָּה חוֹנֵן לָאָדָם דַּעַת', הייליגער באשעפער, דו ביסט דאך דער וואס געבט שכל און פארשטאנד פאר אלעמען, בעט איך דיר אייבערשטער: 'חָנֵּנוּ מֵאִתְּךָ חָכְמָה בִּינָה וָדָעַת' געב מיר אביסל שכל איך זאל וויסן ווי אזוי צו לעבן מיט מיין ווייב און קינדער".
חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות לג.): "גְדוֹלָה דֵּעָה שֶׁנִּתְּנָה בִּתְּחִלַּת בְּרָכָה שֶׁל חוֹל", מען הייבט אן שמונה עשרה מיט די ברכה פון שכל, ווייל דאס איז דער עיקר; אז מען האט שכל קען מען לעבן.
מארגן איז א 'יום תענית'; אלע דארפן מיר פאסטן, תשובה טון און בעטן דעם אייבערשטן ער זאל שוין רחמנות האבן אויף אידישע קינדער און אונז ארויס נעמען פון גלות.
פרויען פאסטן נישט.
א גוטע נאכט.