מכתב יומי

יב אדר תשע"ח

February 27 2018

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת כי תשא, י"ב אדר, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


מען דארף אסאך בעטן דעם אייבערשטן אז מען זאל זיך נישט לאזן נארן בזה העולם; דער הייליגער רבי האט געזאגט (שיחות הר"ן, סימן נא): "אֶת זֶה תְּקַבְּלוּ מֵאִתִּי, שֶׁלּא לְהַנִּיחַ עַצְמוֹ לְהָעוֹלָם לְהַטְעוֹת", דאס זאלט איר מקבל זיין פון מיר, די וועלט נארט אייך, לאזט אייך נישט נארן; א מענטש דארף שטענדיג קוקן אויף זיינע רווחים ברוחניות. פונקט אזוי ווי בגשמיות ווען א מענטש האט א ביזנעס דארף ער שטענדיג פרעגן דעם בוכהאלטער צי מען פארדינט אדער מען דערלייגט, אזוי און נאך מער דארף מען זיך כסדר בודק זיין: 'וואס טו איך אויף דער וועלט?' 'אפשר נאר איך זיך?' און זיך נישט לאזן נארן.


זאלסט זיין שטארק צו גיין אין שול דריי מאל א טאג דאווענען שחרית מנחה און מעריב, דאס איז א זאך וואס וועט אויף אייביג בלייבן פונעם מענטש; אזוי אויך לערנען די הייליגע תורה דאס איז א זיכערע זאך וואס וועט אייביג בלייבן מיטן מענטש.


יענע וועלט איז אן עולם האמת, דארט קען מען זיך נישט נארן; ווען עס קומט צו לערנען און דאווענען און שלום בית דאס איז זיכער אמת און דאס הייסט זיך נישט גענארט, אבער ווען מען וויל דיר אריין דרייען אין מחלוקת, ביי דעם דארף מען זייער אכטונג געבן נישט צו האבן קיין מגע ומשא.


ווען מוהרא"ש זכרונו לברכה איז נסתלק געווארן דאנערשטאג נאכט פרשת יתרו האב איך גלייך געמאכט א טיקעט פאר מיר צו פארן קיין ארץ ישראל צו זיין ביי די קבורה, אויך האבן א גרויסע חלק בחורים געקויפט טיקעטס צו קענען זיין ביי די קבורה. פרייטאג אויפן וועג אהיים נאך די לויה וואס איז פארגעקומען אין בארא פארק וכו' האב איך געמאכט התבודדות און עס איז מיר אויסגעקומען אז איך זאל נישט פארן, ווייל איך וויל נישט האבן קיין שום חלק אין מחלוקת. איך האב מבטל געווען מיין טיקעט און איך האב געזאגט פאר אלע תלמידים זיי זאלן נישט גיין.


מענטשן האבן מיר פארגעהאלטן: "היתכן דו ביסט נישט געפארן?" אבער געלויבט דעם אייבערשטן אז איך דארף נישט פאר קיינעם ענטפערן און אפגעבן דין וחשבון וואס איך טו; די סיבה פארוואס איך בין נישט געפארן איז נאר ווייל איך האב מורא געהאט אז איך וועל ווערן אריין געדרייט אין מחלוקת און דער רבי זאגט (ספר המידות, אות פחד, חלק ב', סימן ג): "מִי שֶׁבּוֹרֵחַ מִן הַצָּרָה, הוּא פִּקֵּחַ", ווער עס אנטלויפט פון א צרה איז א סימן אז ער איז א קלוגער מענטש; אז דו זעסט א פלאץ וואו מען קריגט זיך, איז די בעסטע זאך נישט אהין צו גיין, ווייל מחלוקת איז א זאך וואס יעדער ליידט פון דעם.


קיינער זאל דיר נישט פארדרייען דעם קאפ וכו'; מיר זענען געקומען צום רבי'ן פאר תורה תפילה וואס דאס איז דעם גאנצן רבינ'ס זאך. די וואך אין די פרשה ביי די לוחות שטייט (שמות לב, טז): "וְהַלֻּחֹת מַעֲשֵׂה אֱלֹקִים הֵמָּה", זאגט רש"י: " כְּאָדָם הָאוֹמֵר לַחֲבֵירוֹ כָּל עֲסָקָיו שֶׁל פְּלוֹנִי בִּמְלָאכָה פְּלוֹנִית, כָּך כָּל שַׁעֲשׁוּעָיו שֶׁל הַקָּדוֹשׁ בָּרוּך הוּא בַּתּוֹרָה", אזוי ווי מען זאגט: 'יענעמס זאך איז דאס און דאס', אזוי זאגט די הייליגע תורה אז דעם אייבערשטנ'ס זאך איז די הייליגע תורה; דאס איז דעם רבינ'ס זאך, אלעס אנדערש איז הבל הבלים.


בעט דעם אייבערשטן אז מיר זאלן אויך דאס יאר האבן א שיינע קעמפ וואו צו זיין זומער. עס איז אן ענין אחר לגמרי די אלע וואס זענען זוכה צו זיין אין קעמפ צוזאמען מיט די ישיבה וכו' דורכאויס די זוממער וואכן; מען אטעמט אמונה, מען לעבט מיטן אייבערשטן - פון קליינע קינדער ביז אינגעלייט וכו'.


דעם זומער וועט זיין בעזרת השם יתברך דעם צענטן זומער הבא עלינו לטובה זייט די ישיבה שטייט. יעדעס יאר וואנדערן מיר פון איין פלאץ צום צווייטן, איך האף אז די יאר וועלן מיר האבן א גוטע פלאץ וואו צו זיין.


געדענק וואס דער רבי האט אונז געזאגט (שיחות הר"ן, סימן רט): "אייערע קינדער זאלט איר מודיע זיין וואס דא האט זיך געטון"; עס איז נישט גענוג אז דער טאטע לעבט שטילערהייט מיט די חיזוק פון רבי'ן, נאר מען דארף דאס אריינברענגען אין שטוב, אז דער גאנצע שטוב זאל אטעמען די ווערטער פון רבי'ן. עס איז דא א  ווארט פון רבי'ן: "איך וויל איר זאלט מאכן אייערע ווייבער חסיד'סטעס"; ווייל עס איז גאר אנדערש ווען די גאנצע שטוב איז פיל מיטן רבינ'ס זאך און מען לעבט מיט אמונת חכמים.


ווייזן ווייזט זיך אויס אז די אלע וואס זענען צוזאמען זוממער מיט אנשי שלומינו איז די גאנצע שטוב געטוישט געווארן וכו'; מען קען דאס נישט מסביר זיין פאר איינער וואס לעבט דאס נישט מיט. אפילו עס קאסט געלט צו דינגען א באנגעלאו, אבער במשך דעם יאר קומט אויס אז מען שפארט זיך זייער אסאך געלט. ווייל ביי אונז איז נישט קיין בושה צו נעמען בגדים פון א צווייטן, מען לעבט אן אנדערער סארט לעבן. קיינער קוקט נישט ארויף א צווייטן ווען יענער קויפט טייערע קליידער, פארקערט, עס א בזיון ביי אונז צו אנטון די קינדער טייער, ווער רעדט נאך פון שמחות; יעדעס יאר זוממער קומען פאר שמחות בר מצווה'ס וכדומה, וואס די גאנצע בר מצוה קאסט נישט קיין געלט, נאכדעם שפארט מען זיך געלט ווען מען מאכט חתונה די קינדער.


בעט דעם אייבערשטן פאר מיר איך זאל האבן כח ווייטער אנצוגיין מיט די ישיבה, חדר און מיידל סקול, ווייל אסאך מאל שפיר איך אז די כוחות לאזן זיך מיר אויס.


די אינגעלייט בעטן שיעורים, מען מיינט אז דער ראש ישיבה איז א מאשין וואס געבט ארויס שיעורים; מען דארף האבן כח צו געבן שיעורים.


איך דארף מקצר זיין ווייל איך דארף אריין לויפן צו די בחורים געבן א שיעור.


א גוטן טאג.