מכתב יומי
יב אדר תשפ"א
February 24 2021
‹ ›בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת תצוה, י"ב אדר, שנת תשפ"א לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
מארגן נאכט ליינט מען שוין די מגילה, חכמינו זכרונם לברכה זאגן (מגילה ד:): "עֵינֵיהֶם שֶׁל עֲנִיִּים נְשׂוּאוֹת בְּמִקְרָא מְגִילָה", די ארעמעלייט קוקן ארויס, ווען גייט מען ליינען די מגילה? זיי ווארטן אויף די מצוה פון מתנות לאביונים; עס ווערט געברענגט פון צדיקים, אז דאס גייט ארויף אויף אונז, מיר זענען דאך די ריכטיגע ארעמעלייט, מיר זענען נאקעט פון מצוות, נאקעט פון יראת שמים. די הייליגע חכמים זאגן (נדרים מא.): "אֵין עָנִי אֶלָּא מִן הַדַּעַת", ווער איז אן ארעמאן? דער וואס האט נישט קיין דעת; דער וואס לעבט נישט מיט'ן אייבערשטן.
מיר קוקן ארויס אויף די מגילה ליינען, ווייל ווען מען ליינט די מגילה קומט אראפ א שטארקע שכל, מען הייבט אן כאפן אז אלעס איז דער אייבערשטער; מען הערט א מעשה וואס זעט אויס ווי טבע, מקרה און מזל, עס זעט אויס ווי סתם נייעס און ווען מען נעמט דאס צוזאמען ווערט פון דעם א מגילת אסתר, ווי צדיקים טייטשן 'מגילת אסתר' איז א לשון פון 'גילוי' - אנטפלעקן, א לשון פון אויפדעקן, 'אסתר' מיינט מען באהאלטן, ווען מען ליינט די מגילה ווערט אנטפלעקט אז דער אייבערשטער איז באהאלטן אין די טבע, אין די וועלט, אלעס איז נאר דער אייבערשטער.
פורים איז זייער א הייליגע טאג, דארפסטו זען עס זאל זיין ביי דיר אויך הייליג. דאס ערשטע זאך זאלסטו זען עס זאל זיין שלום אין שטוב, עס זאל דיר גארנישט אנגיין; דיין ווייב וויל גיין צו אירע עלטערן - גיי צו אירע עלטערן, דיין ווייב וויל מען זאל מאכן אזוי - מאך אזוי, זי וויל אזוי - מאך אזוי, קריג זיך נישט; שלום איז די גרעסטע זאך, שלום איז דעם אייבערשטנס נאמען (שבת י.), שלום איז דער כלי צו מקבל זיין אלע קדושות, אלע השפעות.
אייער נעכטן, פאר איך האב געגעבן די שיעור פאר די בחורים, האב איך געפרעגט: "וואס זאל מען רעדן?" רופט זיך אן איינער: "מען זאל געבן א שיעור ווי אזוי מען קען אויסמעקן די אייגענע עמלק"; ברוך השם עס איז געווען גוטע דיבורים, גוטע התחזקות; מיר האבן אסאך גערעדט פון דעם אז די עצה אויסצומעקן די אייגענע עמלק, די אייגענע שלעכטס איז נאר דורך התבודדות; מען זאל שרייען צום אייבערשטן: "רבונו של עולם העלף מיר, ווי אזוי קען איך אויסמעקן מיין עמלק? העלף מיר איך זאל זיין א גוטער מענטש, נישט טשעפען אנדערע, נישט וויי טון אנדערע"; דורך בעטן דעם אייבערשטן איז מען זוכה אויסצומעקן עמלק.
איך בעט דיר זייער, עס איז שוין צייט אפצולאזן אלע נארישקייטן; בעט זיך איבער אין שטוב, מאך נישט משוגע יעדע מינוט מיט אנדערע זאכן, אנשטאט אונטעררייסן איר צניעות זאלסטו איר געבן גוטע ווערטער; זיי נישט קארג אויף גוטע ווערטער.
היינט נאכט וועט זיין די וועכנטליכע שיעור, קום צום שיעור; געדענק וואס דער הייליגער רבי אלימלך זכותו יגן עלינו פלעגט זאגן, אויפ'ן פסוק (תהלים צה, י): "וְהֵם, לֹא יָדְעוּ דְרָכָי"; "וְהֵם", אז מען זיצט אינדער'היים', מען קומט נישט צום צדיק אדער צו תלמידי הצדיק וואס זענען זיך מחזק מיט די ווערטער פון צדיק, "לֹא יָדְעוּ דְרָכָי" - ווייסט מען נישט די וועגן פונעם אייבערשטן.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.