מכתב יומי

יב אייר תשע"ט

May 17 2019

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת אמור, י"ב אייר, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


א גאנץ שבת זאלסטו טאנצן פאר שמחה אז מיר זענען זוכה צו זיין אידן און מיר היטן שבת; זאלסט זיך פרייען אז שלא עשני גוי, נאר מיר זענען אויסדערוועלט ביים אייבערשטן און מיר האבן די הייליגע תורה און מצוות. זינג ביי די סעודה מיט דיין משפחה וועסטו האבן גרויס שפע.


זונטאג פארנאכטס וועט זיין א מסיבה פאר אונזער כולל היכל הקודש אין מאנסי ביי האברך שאולי גאנץ נרו יאיר; געב איבער פאר די תלמידי הישיבה וואס וואוינען אין מאנסי זיי זאלן קומען איינטייל נעמען צו העלפן אז די יונגעלייט זאלן קענען לערנען מתוך הרחבה.


די שיעור קומענדיגע וואך וועט אם ירצה ה' זיין מיטוואך נאכט (אנשטאט דאנערשטאג נאכט) צוזאמען מיט א סעודת ל"ג בעומר, עס וועט אויך זיין פאר די פרויען. געווענליך מאכן מיר דעם שיעור ל"ג בעומר בייטאג, אבער דאס יאר האבן מיר א חתונה, א תלמיד פון ישיבה האט חתונה דאנערשטאג נאכט, דעריבער וועלן מיר מאכן די סעודה מיטוואך נאכט.


זאלסט האבן א פרייליכע שבת.