מכתב יומי
יב אייר תשפ
May 06 2020
‹ ›בעזרת ה' יתברך - ד' פרשת אמור, י"ג אייר, שנת תש"פ לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר.
איך וויל דיר בעטן זאלסט מתפלל זיין פאר מיר איך זאל קענען באצאלן די איינגעשטעלטע אין די מוסדות; יעצט באקומען מיר נישט קיין שום הילף פון די שטאטישע פראגראמען. עס איז שוין אריבער אסאך וואכן וואס מיר האבן נישט קיין געלט צו באצאלן די מלמדים, זיי ארבעטן א גאנץ יאר אזוי געטריי און יעצט געבן זיי זיך אזוי אוועק צו טיילן עסן פאר די קינדער, מיט אזא איבערגעגעבנקייט; איך דארף אסאך תפילות אז מיר זאלן קענען אנגיין.
מאך א תפילה צום אייבערשטן איך זאל קענען אנגיין.
זיי נישט צעבראכן; מוהרא"ש פלעגט שטענדיג זאגן דעם כלל: "אויב איינער דארף דיך נישט, זאלסטו אים טויזנט מאל מער נישט דארפן".
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.