מכתב יומי

יב אלול תשפ

September 01 2020

בעזרת ה' יתברך - יום ג' לסדר כי תבוא לאומאן, י"ב אלול, שנת תש"פ לפרט קטן


 לכבוד ... נרו יאיר


מיט תפילה וועלן מיר אנקומען קיין אומאן; מיט גליסטן און בענקען וועלן מיר זוכה זיין צו זיין ביים רבי'ן אויף ראש השנה.


מיין נישט אז תפילה איז א זאך וואס איז נישט פאר אונז פשוט'ע מענטשן, טראכט נישט אז מען דארף עפעס מער ווי סתם פשוט דאווענען; ניין, תפילה איז פשוט, אזוי פשוט אזוי ווי מען רעדט צו א חבר, מען בעט דעם אייבערשטן כדבר איש אל רעהו, אזוי ווי דער רבי האט געזאגט פאר אנשי שלומינו: "וואס לאכט איר? דאס איז תפילה!"


ווען דער רבי איז שוין געווען זייער נישט געזונט, דעם לעצטן ראש השנה פון רבינ'ס לעבן - שנת תקע"א, איז געווען ביים רבי'ן זיין אייניקל ישראל'יק, א זון פון שרה דעם רבינ'ס טאכטער; דער אייניקל איז אריין צום רבי'ן אין שטוב און דער רבי האט אים געבעטן: "דאווען פאר מיר אז איך זאל זיין געזונט", האט ער געפרעגט דעם רבי'ן: "וואס וועל איך באקומען פאר דעם?" האט דער רבי געשמייכלט און געזאגט פאר די תלמידים: "ער פירט זיך שוין ווי א גוטער איד", (אזוי פלעגט מען דעמאלט רופן א רבי - 'א גוטער איד'), האט אים דער רבי געגעבן זיין גאלדענעם זייגער; ישראל'יק האט גענומען דעם זייגער און געזאגט הויך אויפ'ן קול: "גאט גאט! לאז מיין זיידע זיין געזונט", און אלע האבן זיך צולאכט, האט זיך דער רבי אנגערופן צו זיי און געזאגט: "וואס לאכט איר, וואס דען איז תפילה?!" זיי האבן געלאכט מיינענדיג צו זאגן ווי איינער פרעגט: 'דאס מיינט תפילה? אויף דעם האסטו באקומען א זייגער?!' האט דער רבי זיי געזאגט: "וואס דען איז תפילה?!" דאס איז תפילה! פשוט'ע ווערטער פאר'ן אייבערשטן, אן קיין שום צוגעלייגטע זאכן וכו'.


זאג ארויס מיט דיינע ליפן די ווערטער: "הייליגער באשעפער העלף מיר, איך וויל זיין אין אומאן ראש השנה ביים הייליגן רבי'ן, איך וויל זוכה זיין צו אלע תיקונים וואס דער רבי האט מבטיח געווען, הייליגער באשעפער העלף מיר און אלע אידן, אלע זאלן קענען קומען צום רבי'ן, וְתַטֶה לֵב הַמַלְכוּת עָלֵינוּ לְטוֹבָה. וְתִגְזוֹר עָלֵינוּ גְזֵרוֹת טוֹבוֹת, בייג די הערצער פון די רעגירונג זיי זאלן זיין גוט צו אידן, זיי זאלן אונז אריין לאזן צום רבי'ן".


מיט תפילה וועלן מיר אנקומען קיין אומאן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.