מכתב יומי

יב אלול תשפ"ב

September 08 2022

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת כי תצא, י"ב אלול, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 לכבוד ... נרו יאיר


איך וויל זייער עס זאל זיין שלום צווישן אנשי שלומינו, די לעצטע פאר ווערטער וואס מוהרא"ש האט אונז געשריבן פון שפיטאל איז געווען נאר פון שלום צווישן אנשי שלומינו; דאס דארף אונז ליגן פאר אונזערע אויגן, מיר זאלן לעבן באחדות. אויב איז דא איינער וואס האט פיינט א צווייטן איז א סימן אז עפעס טויג נישט מיט אים, ווייל ווער עס האט התבודדות, ווער עס לעבט מיט התבודדות, ווייסט, אז נאך אביסל וועלן מיר דארפן צוריקגיין צום אייבערשטן.


דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן סא) משיח וועט מגלה זיין פאר די וועלט אזא ליכטיגקייט, מען וועט זען אז עס איז נישטא קיין זמן בכלל, די גאנצע לעבן - די זיבציג יאר איז אזוי ווי א פערטל שעה; פרעג איך דיר, פאר א פערטל שעה איז כדאי זיך צו קריגן? איז כדאי צו פארלירן ביידע וועלטן וועגן א פערטל שעה?!


וואס דארף מען זיך פיינט האבן? אז מען האט זיך פיינט איז א סימן אז מען איז נאך ווייט פון אמת; מוהרא"ש זאגט: "'אמת' איז צוויי ווערטער, 'אהי' מת' איך גיי זיין א טויטער, איין טאג וועל איך זיין א נפטר, איין טאג וועל איך אלעס איבערלאזן; מיין הויז, מיין קאר, מיין ווייב און קינדער, איך וועל איבערלאזן מיינע געשעפטן, מיינע געלטער, איך וועל צוריקגיין צום אייבערשטן נאר מיט מיינע גוטע זאכן; דער וואס געדענקט דאס - דער לעבט מיט אמת, דער האלט ביים אמת".


שוין צייט תשובה צו טון, מיר פארן שוין כמעט צום רבי'ן; באלו פנים וועלן מיר קומען צום רבי'ן? ווי אזוי וועל איך זיך באווייזן מיין פנים ביים רבי'ן? לאמיר תשובה טון, לאמיר זיך איבערבעטן - יעדער איינער מיט'ן צווייטן, אנהויבן רעדן מיט וועם מען רעדט נישט, אנהויבן קוקן אין די אויגן וועם מען קוקט נישט אין די אויגן, און אויפהערן העצן אויף א צווייטן.


וואו האלסטו אין משניות? וואו האלסטו אין ש"ס? וואו האלסטו די וואך אין מעביר סדרה זיין? ווען ביסטו געווען דאס לעצטע מאל אין מקוה? ווען האסטו געדאווענט מיט מנין? ווען האסטו געדאווענט א ריינע שמונה עשרה? ווי איז דא צייט אפילו צו טראכטן פון דעם און פון יענעם?!


היינט נאכט וועט זיין א שיעור; קום צום שיעור, וועסטו באקומען חיזוק צו עפענען צוריק דיין משניות, חיזוק אויף דיין שיעור גמרא; וועסט באקומען חיזוק צו גיין אין מקוה, צו דאווענען מיט מנין; נעם עס נישט פאר גרינג.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.