מכתב יומי
יג חשון תשע"ח
November 02 2017
‹ ›בעזרת ה' יתברך
יום ה' פרשת וירא, י"ג מר-חשון שנת תשע"ח לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
חכמינו זכרונם לברכה זאגן (סנהדרין כב:): "אֵין הָאִשָׁה כּוֹרֶתֶת בְּרִית, אֶלָּא לְמִי שֶׁעֲשָׂאָהּ כְּלִי"; מוהרא"ש זכרונו לברכה איז דאס מסביר זייער שיין. א פרוי ווערט איינס מיט איר מאן נאר אויב דער מאן מאכט איר פאר א כלי - דער מאן בויט איר אויף, ער דערהייבט איר, ער שטארקט איר, דעמאלט ווערט זי איינס מיט איר מאן, אבער אויב דער מאן האט נישט קיין שכל און ער צעקלאפט איר, ער צעברעכט איר, ביז זי ווערט א שברי כלי, דעמאלט איז ביטער. דערפאר זע צו געבן גוטע ווערטער פאר דיין ווייב, מאך איר פאר א כלי, וועסטו האבן ריווח פון דעם.
אסאך מאל איז שווער פאר א אינגערמאן צו געבן גוטע ווערטער פאר זיין ווייב, ווייל די ווייב ווארפט דאס צוריק, זי וויל עס נישט אננעמען וכו'; דאס קומט ווייל מען האט איר זייער צעקלאפט אלץ קינד, מען האט איר נישט געגעבן קיין ליבשאפט וכו', ממילא, ווען דער מאן הייבט אן איר צו געבן גוטע ווערטער קען זי עס נישט נעמען, און זי ווארפט דאס צוריק. דערפאר, ווען מען געבט גוטע ווערטער און די ווייב ווארפט עס צוריק, טאר מען נישט ווערן באליידיגט, מען דארף איר דן זיין לכף זכות אז זי קען דאס נאך נישט נעמען, און מיט דער צייט וועט זי עס קענען נעמען און זי וועט ווערן אויפגעבויט.
מען טאר נישט טשעפען קיין שום מענטש, און ווער ער טוט וויי א צווייטן וועט באקומען א גרויסער עונש - בפרט די אייגענע ווייב, אז מען איז מזלזל אין די אייגענ ווייב וועט מען טייער באצאלן; שלמה המלך זאגט (משלי כז, כב): "אִם תִּכְתּוֹשׁ אֶת הָאֱוִיל בַּמַּכְתֵּשׁ, בְּתוֹךְ הָרִיפוֹת, בַּעֱלִי, לֹא תָסוּר מֵעָלָיו אִוַּלְתּוֹ", אפילו דו וועסט נעמען דעם נאר און אים אנהאקן די ביינער אזוי ווי מען צעהאקט זאכן אין א שטייסל (בלענדער), וועט ער נאך אלץ בלייבן א נאר; לגבי וואס זאג איך דיר דאס? שכל קען מען נישט געבן פאר א מענטש, מען קען רעדן נאכאמאל און נאכאמאל און נאכאמאל מיט אינגעלייט וועגן 'שלום בית', זיי אויסלערנען ווי אזוי צו לעבן אין שטוב, אז מען דארף האבן סבלנות אין שטוב, מען דארף רעדן צו א ווייב מיט כבוד ווי עס פאסט וכו', אבער שלמה המלך זאגט: "לֹא תָסוּר מֵעָלָיו אִוַּלְתּוֹ", ער וועט ווייטער בלייבן א נאר, ער וועט ווייטער זוכן צו זיין גערעכט און ווייטער וועלן אויספירן, איי דו נאר וואס דו ביסט, דו וועסט דאך בלייבן איין טאג אן א ווייב? ניין ער איז קלוגער פון דיר.
שכל קען מען נישט געבן פאר א מענטש, שכל באקומט מען אז מען גיסט זיך אויס דאס הארץ צום אייבערשטן; מוהרא"ש זאגט אז שכל איז די ראשי תיבות (איכה ב, יט): "שִׁ'פְכִי כַ'מַּיִם לִ'בֵּךְ", אז מען וויל האבן שכל ווי אזוי צו לעבן - סיי מיט זיך אליין און כל שכן מיט א ווייב, דארף מען טון וואס שטייט אין פסוק "שִׁפְכִי כַמַּיִם לִבֵּךְ, נֹכַח פְּנֵי ה", זיך אויסגיסן דאס הארץ צום אייבערשטן און אים בעטן מען זאל וויסן ווי אזוי מען פירט זיך אויף מיט א ווייב, און ווי אזוי מען פירט זיך מיט קינדער.
איך בעט דיר, געב אכטונג אויף דיין ווייב'ס כבוד, און מאך איר נישט משוגע זי זאל זיך טוישן איר לבוש, יעצט ביסטו טאקע יונג און דו ווילסט אז זי זאל גיין אנגעטון מער אויפרייסעריש וכו', אבער נאך אביסל ווען דו וועסט האבן א שטוב מיט קינדער וועסטו חרטה האבן.
זייער אסאך אינגעלייט האבן מיר פארציילט אז היינט צו טאג ווען זיי זענען שוין אביסל עלטער זעען זיי דאס חשיבות פון א פרוי וואס ווייסט וואס זי וויל, און זי לאזט זיך נישט פארדרייען דאס קאפ וכו', זיי ווייסן נישט ווי זייער שכל איז געווען נאך די חתונה, ווען זיי האבן משוגע געמאכט די ווייב טאג און נאכט זי זאל זיך קערצער מאכן איר קלייד, וכדומה.
דערפאר בעט איך דיר, אז דו האסט זוכה געווען און דו האסט אזוי שיין חתונה געהאט, דער אייבערשטער האט דיר געגעבן א טייערע פרוי וואס וויל זיין ערליך, זי וויל האבן א ערליכע שטוב - האב שכל און לאז איר אויפבויען אן ערליכע שטוב.
איך וואלט דיר געדארפט שרייבן מער באריכות ווי אזוי מען שטעלט אויף א שטוב, איך האב נאך גארנישט אנגאפאנגען צו שרייבן, אבער איך דארף אריין לויפן צו דו בחורים ווייל אויף זיי איז טאקע א רחמנות; א בחור איז דער גרעסטער רחמנות וואס איז נאר פארהנען, ווייל ער וויל זיין גוט, ער וויל זיין ערליך און הייליג, אבער עס גייט אים נישט, ער איז נאך א פלג גוף, און ווי לאנג מען איז נישט זוכה חתנה צו האבן איז זייער שווער צו זיין ערליך, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (יומא עב:): "לומד תורה בטהרה - נושא אשה ואחר כך לומד תורה", א מענטש וואס וויל לערנען תורה בקדושה ובטהרה דארף קודם חתונה האבן; איך פריי מיר אז איך האב די זכיה צו זיצן מיט בחורים און לערנען מיט זיי און זיי מחזק זיין, דערפאר האב איך נישט קיין סאך צייט דיר צו שרייבן קיין לאנגע בריוו.
בפרט יעצט האט זיך אנגעפאנגען א נייע זמן, עס זענען אריין געקומען נייע תלמידים, דארף איך גיין צו זיי. איך לערן פאר דריי שיעורים א טאג; צופרי לערן איך פאר א דף גמרא, פארמיטאג לערן איך פאר א שיעור אין מסכת שבת ביז הלכה למעשה און אזוי אויך א שיעור אין נ"ך, נאכדעם נאכמיטאג געב איך א שיעור אין רבינ'ס ספרים, דאס אליין נעמט אויף אסאך צייט, חוץ פון דעם וואס איך דארף זיך פארקוקן די גמרא וואס דאס נעמט גאר אסאך צייט. נאכדעם זיץ איך שעות אויף שעות מיט אינגעלייט מיט זייערע ווייבער זיי אויס צו לערנען ווי אזוי מען קען האבן א גוט לעבן וכו' וכו', נאכדעם דארף איך זען אז אלעס זאל זיך פירן אזוי ווי עס דארף צו זיין - אין תלמוד תורה און אין מיידל סקול, וואס דאס איז מיר דער עיקר, ווייל איך וויל אויפשטעלן מוסדות וואו מען וועט געבן א שטארקע חינוך פאר אונזערע קינדער, נאכדעם האב איך נאך א שטוב מחנך זיין, הלואי ווען איינער קען מיר געבן נאך אביסל צייט וואלט איך אפשר געקענט אויך אביסל שלאפן.
היינט פארטאגס בין איך געווען ביים ציון אין קווינס, ביי די ציון פון די ליובאוויטשער רבי'ס זכותם יגן עלינו, און איך האב מתפלל געווען פאר דיר; עס איז א פלאץ וואו מען קען פועל'ן גרויסע ישועות, כאפ זיך אויך אריבער מזמן לזמן וועסטו זען גרויסע וואונדער.
היינט נאכט איז דא א חתונה אין ישיבה, די צווייטע חתונה וואס קומט פאר אין ישיבה; עס איז כדאי דו זאלסט קומען זען ווי פרייליך עס גייט זיין ביי די חתונה אן דעם וואס עס זאל קאסטן געלט. מענטשן מיינען אז מען קען נאר זיין פרייליך אויב מען גיסט אויס אידיש געלט פאר הבל הבלים, קום וועסטו זען ווי פרייליך מען גייט זיין אן דעם וואס עס זאל קאסטן געלט.
מוצאי שבת וועט אם ירצה ה' פארקומען א שבע ברכות אין ישיבה, אלע זענען געליידענט - סיי די מענער און סיי די פרויען, דער אייבערשטער זאל העלפן אז מיר זאלן שוין זוכה זיין צו "עוֹד יִשָּׁמַע בְּעָרֵי יְהוּדָה וּבְחֻצוֹת יְרוּשָׁלִַם, קוֹל שָׂשׂוֹן וְקוֹל שִׂמְחָה, קוֹל חָתָן וְקוֹל כַּלָּה".
זיי געזונט און שטארק, און זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.