מכתב יומי

יג טבת תשע"ח

December 31 2017

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת שמות, י"ג טבת, שנת תשע"ח לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר


היינט הייבן זיך אן די הייליגע טעג פון שובבי"ם וואס דער אר"י הקדוש שרייבט (שער רוח הקודש, תיקון כז) אז אין די טעג פון שובבי"ם קען מען פאררעכטן אלעס וואס מען האט פוגם געווען; דערפאר דארפן מיר אין די טעג תשובה טון אויף וואס מיר האבן פוגם געווען אין אונזער לעבן.


דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן עג): "מִי שֶׁרוֹצֶה לִזְכּוֹת לִתְשׁוּבָה, יִהְיֶה רָגִיל בַּאֲמִירַת תְּהִלִּים, כִּי אֲמִירַת תְּהִלִּים מְסֻגָּל לִתְשׁוּבָה וכו'. וְהִנֵּה, הַכֹּל חֲפֵצִים לְיִרְאָה אֶת שְׁמֶךָ, וְאַף עַל פִּי כֵן לָאו כָּל אָדָם זוֹכֶה לַעֲשׂוֹת תְּשׁוּבָה, כִּי יֵשׁ אֶחָד שֶׁאֵין לוֹ הִתְעוֹרְרוּת כְּלָל לִתְשׁוּבָה", ווער עס וויל זוכה זיין תשובה צו טון, זאל זאגן תהילים; יעדער איד וויל זיין אן ערליכער איד און טון דעם ווילן פונעם אייבערשטן, אבער נישט יעדער איז זוכה אויסצופירן זיין ווילן אויף למעשה, ווייל ער האט בכלל נישט קיין שום התעוררות תשובה צו טון, "וַאֲפִילּוּ מִי שֶׁיֵּשׁ לוֹ הִתְעוֹרְרוּת לִתְשׁוּבָה, אֵינוֹ זוֹכֶה לְהַגִּיעַ אֶל הָאוֹת וְהַשַּׁעַר שֶׁל תְּשׁוּבָה הַשַּׁיָּךְ לוֹ", און אפילו איינער וואס האט שוין יא אן התעוררות תשובה צו טון, ווייסט ער נישט וואס ער זאל טון דאס צו קענען אויספירן, "וַאֲפִילּוּ אִם מַגִּיעַ לְשָׁם, יָכוֹל לִהְיוֹת שֶׁהַשַּׁעַר שֶׁל תְּשׁוּבָה סָגוּר, וּמֵחֲמַת כָּל זֶה אֵין הָאָדָם זוֹכֶה לִתְשׁוּבָה", און אפילו איינער וואס וואס האט יא אן התעוררות תשובה צו טון, און ער ווייסט וואס מען דארף טון צו ווערן אן ערליכער איד, דארף ער נאך אויך זוכה זיין צו טון און נישט ווערן צעבראכן וכו' וכו', דערפאר איז נישט יעדער זוכה תשובה צו טון, "וְעַל יְדֵי אֲמִירַת תְּהִלִּים, אֲפִילּוּ מִי שֶׁאֵין לוֹ שׁוּם הִתְעוֹרְרוּת לִתְשׁוּבָה, הוּא מִתְעוֹרֵר לַעֲשׂוֹת תְּשׁוּבָה", פירט דער רבי אויס; אז א מענטש איז זוכה און ער זאגט תהילים, אפילו ער האט נישט קיין שום התעוררות, ווערט ער אבער נתעורר תשובה צו טון דורך דעם, "וְגַם זוֹכֶה עַל יְדֵי תְּהִלִּים לְהַגִּיעַ אֶל הַשַּׁעַר וְאוֹת הַשַּׁיָּךְ לוֹ, וְלִפְתֹּחַ הַשַּׁעַר; נִמְצָא שֶׁזּוֹכֶה עַל יְדֵי תְּהִלִּים לַעֲשׂוֹת תְּשׁוּבָה", און ער קען אנגיין מיט א מורא'דיגע שטארקייט וכו', ביז ער איז זוכה תשובה צו טון און ווערן אן ערליכער איד.


דערפאר בעט איך דיר זייער, הייב אן זאגן אביסל תהילים יעדן טאג, וועסטו זוכה זיין צו פארעכטן אלעס. תשובה איז נישט פאסטן, תשובה איז נישט סיגופים, תשובה איז צוריק קומען צום אייבערשטן; תשובה איז צו זאגן פארן אייבערשטן: "רבונו של עולם, איך הייב אן פון יעצט צו זיין אן ערליכער איד, איך הייב אן פון היינט צו גיין אין שול דאווענען, העלף מיר אייבערשטער איך זאל האבן כח זיך צו שטארקן אויף מיין יצר הרע".


אויך זאלסטו פארציילן פארן אייבערשטן אלעס וואס דו טוסט, און ווי שטארק דו ווילסט זיין אן ערליכער איד אבער עס גייט דיר נישט; פארצייל פארן אייבערשטן ווי דער יצר הרע ווארפט דיר אראפ אין נארישקייטן און דו קענסט זיך נישט קיין עצה געבן.


זיי זיך מתודה פארן אייבערשטן בפרטי פרטיות אויף אלעס וואס דו האסט געטון אין דיין לעבן; געדענק וואס דער הייליגער רמב"ם שרייבט (פרק א' מהלכות תשובה, הלכה א') "וְכָל הַמַּרְבֶּה לְהִתְוַדּוֹת, וּמַאֲרִיך בְּעִנְיָן זֶה, הֲרֵי זֶה מְשֻׁבָּח", ווי מער מען איז זיך מתודה - איז מען געלויבט; ווי מער א מענטש פארציילט פארן אייבערשטן זיינע שלעכטע מעשים, ווערט ער אלץ נענטער צו די קדושה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.