מכתב יומי

יב טבת תשפ

January 09 2020

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת ויחי, י"ב טבת, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


לויף אין שול דאווענען, שטופ עס נישט אפ אויף שפעטער; וואו וועסטו דאווענען שפעטער? ווען וועסטו דאווענען שפעטער? גיי יעצט דאווענען וועסטו ממשיך זיין אויף דיר אלע ישועות.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות ו:): "כָּל הָרָגִיל לָבֹא לְבֵית הַכְּנֶסֶת וְלֹא בָּא יוֹם אֶחָד הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא מַשְׁאִיל בּוֹ", ווען א מענטש קומט יעדן טאג אין שול און ער פארפעלט אמאל צו קומען, פרעגט דער אייבערשטער זיך גלייך נאך אויף אים: "וואו איז דער מענטש, וואס איז מיט אים אז ער איז נישט געקומען היינט אין שול?" זעט מען פון דעם אז ווען מען דאווענט מיט מנין איז מען ממשיך די השגחה אויף זיך.


גיי טובל זיך אין מקוה וועסטו פטור ווערן פון אלע צרות; דער הייליגער רבי זאגט (ספר המידות, אות המתקת הדינים, סימן כב): "עַל יְדֵי טְבִילַת מִקְוָה נִתְבַּטֵּל הַצָּרוֹת וִישׁוּעָה בָּאָה".


היינט נאכט קומט פאר די וועכנטליכע שיעור, איך בעט דיר זייער זאלסט קומען; פריש זיך אויף, גיי ארויס פון דיין מרה שחורה ועצבות, געדענק ווי דו האסט געלעבט אמאל מיט די שיחות פון רבי'ן, געדענק ווי דו האסט געאטעמט די רבי, א שאד איבער צו לאזן אזא פלאץ, דער רבי האט געזאגט פאר איינעם פון אנשי שלומינו וואס האט זיך אפגעקילט און מער נישט געקומען, שפעטער ווען ער איז געקומען האט אים דער רבי געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן שטו): "תָּמֵהַּ אֲנִי אֵיךְ מַשְׁלִיכִים חֲבוּרָה אֲהוּבָה וַחֲבִיבָה כָּזוֹ", עס וואונדערט מיר ווי אזוי קען א מענטש אפלאזן אזא באליבטע חבורה ווי מיר האבן; נאר דו וועסט מרוויח זיין פון זיך דרייען מיט אנשי שלומינו, טראכט אריין מיט אן אמת: 'ווער ברענגט מיר צום אייבערשטן?' 'ווער דערמאנט מיר - ווען עס איז מיר זייער ענג - אז עס איז דא א גאט אויף די וועלט?' 'ווער וועקט מיר אויף יעדן טאג איך זאל נעמען דעם דף גמרא?' 'ווער עפנט מיר מיין מויל איך זאל זאגן א ווארט צום אייבערשטן?' נאר דער רבי; דארף מען זיך מאכן א שטארקע קניפ נישט אפצולאזן דעם רבי'ן.


איך ווארט דיר צו זען.