מכתב יומי
יב כסלו תשע"ח
November 30 2017
‹ ›בעזרת ה' יתברך
יום ה' פרשת וישלח, יב כסליו, שנת תשע"ח לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
היינט הייבן מיר אן א נייע מסכת - "מסכת שבועות", איך בעט דיר זייער דו זאלסט זיך מיט כאפן מיט די סדר צו לערנען יעדן טאג א 'דף גמרא', א טאג וואס מען לערנט א 'דף גמרא' איז אן אנדערע טאג. אלע ברכות ליגט אין די גמרא; אז מען לערנט גמרא האט מען פרנסה, אז מען לערנט גמרא ווערט מען פרייליך, אלע ישועות ליגט אין די הייליגע גמרא.
חכמינו זכרונם לברכה זאגן (סנהדרין כד.) אויפן פסוק (איכה ג, ו): בְּמַחֲשַׁכִּים הוֹשִׁיבַנִי כְּמֵתֵי עוֹלָם – "זֶה תַּלְמוּד בַּבְלִי"; פרעגט מוהרא"ש, ווי קען מען זאגן אויף תלמוד בבלי, די הייליגע גמרא, אז דאס איז א טונקלקייט, א טויטקייט? זאגט מוהרא"ש א שיינעם פשט, אז חכמינו זכרונם לברכה זאגן פאר א מענטש וואס באקלאגט זיך: "מיין לעבן איז מיר טונקל", "מיין לעבן איז מיר טויט", עס איז דא אן עצה פאר דיר, נעם די הייליגע גמרא און לערן דאס, "בְּמַחֲשַׁכִּים הוֹשִׁיבַנִי" - דער לעבן איז דיר פינסטער, כְּמֵתֵי עוֹלָם - דו שפירסט ווי א טויטער מענטש, איז דא פאר דיר אן עצה, זֶה תַּלְמוּד בַּבְלִי - נעם די הייליגע גמרא, דאס וועט דיר מאכן ליכטיג, דאס וועט דיר מאכן לעבן.
וויסן זאלסטו, א מענטש וואס לערנט גמרא וועט ארויס גיין פון זיינע חובות, ער וועט ווערן רייך. דער רבי האט דערציילט (שיחות הר"ן, סימן קלז): עס זענען געווען צוויי אינגעלייט זייער נאנטע חברים, איינמאל האט איינער געזען אויף זיין חבר אז ער האט געטון נישט קיין שיינע זאך, שפעטער האט ער געזען ווי דער חבר האט געטון א גרויסע עבירה, האט ער זיך אפגעשאקלט פון אים און זיי האבן זיך צעטיילט. נאך א שטיק צייט זעט ער ווי דער חבר הייבט אן מצליח צו זיין, אבער ער איז געווארן א גרויסער ארימאן, האט ער אנגעפאנגען האבן קשיות אויפן אייבערשטן: 'איך ווייס דאך אז יענער האט געטון א גרויסער עבירה, פארוואס גייט אים אזוי גוט? ער איז מצליח, ער איז א גרויסע עשיר', איינמאל האט ער געזען ווי עס שטייען א קופקע און עס הערט זיך ארויס פון דארט א גרידער ווי מען ציילט געלט, איז ער אהין געגאנגען, ער איז צוגעגאנגען צו די געלט, ווען ער האט געוואלט קומען נאנט האט מען אים אפגעשטעלט, מען זאגט אים: "ריר נישט צו צו די געלט, די געלט באלאנגט פאר דיין אלטער חבר", האט ער זיי געפרעגט: "איך פארשטיי נישט, פארוואס קומט אים אזוי פיל געלט, איך האב דאך געזען מיט מיינע אויגן ווי ער טוט אן עבירה?" האט מען אים געענטפערט אזוי: "דיין חבר האט זיך קובע געווען צו לערנען יעדן טאג תורה, ער האט זיך פארגענומען חק ולא יעבור אז ער גייט לערנען יעדן טאג, אבער דו לערנסט גארנישט, דערפאר געבט מען פאר דיין חבר געלט אפילו ער האט געטון אן עבירה ווייל "מעות" איז ראשי תיבות ו'אין ע'בירה מ'כבה ת'ורה (סוטה כא.), עבירה לעשט נישט אויס די תורה", קוק נאך די מעשה דארט.
דערפאר בעט איך דיר זייער מיין טייערער חבר, מיין טייערער ברודער, הייב אן פון פריש, הייב אן פון יעצט, הייב אן היינט מסכת שבועות, אפילו דו פארשטייסט נישט וואס דו לערנסט - זאג די ווערטער פון די הייליגע גמרא, וועט דיר ליכטיג ווערן, די הייליגע תנאים און אמוראים וועלן דיר אויפלעבן.
איך האב געהערט פון א ברסלב'ער חסיד, אז מען זעט ממש בחוש אז די תנאים און אמוראים, יעדער איינער פון זיי האבן געקענט מחיה מתים זיין; ווייל ווען מען הייבט אן לערנען פרקים משניות און דפים גמרא ווערט ממש תחית המתים, דאס לעבן טוישט זיך, מען הייבט אן שפירן א טעם אין לעבן, מען הייבט אן זיין פרייליך, עס ווערט תחית המתים ממש.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.