מכתב יומי
יב כסלו תשע"ט
November 20 2018
‹ ›בעזרת ה' יתברך
יום ג' פרשת וישלח, י"ב כסליו, שנת תשע"ט לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר.
אם ירצה ה' דעם קומענדיגן מיטוואך פרשת וישב וועט פארקומען אן "אסיפת הורים" פאר אלע מאמעס וואס האבן קינדער אין אונזער מוסד - סיי פאר די וואס האבן אינגלעך אין חדר און סיי די וואס האבן מיידלעך אין סקול. צו די אסיפה זענען אויך גערופן די פרויען וואס שיקן נאך נישט די קינדער אינעם מוסד, אלע וואס פאררופן זיך אז זייער פלאץ איז אין היכל הקודש. איך וויל אז אלע זאלן זיין אן קיין אויסנאם; איך האב זייער א וויכטיגע זאך איבערצוגעבן פאר אלע עלטערן, דעריבער זאלסטו אלעס לייגן אין א זייט אז דיין ווייב זאל קענען קומען מיט האלטן דעם אווענט, חינוך הבנים והבנות איז די חשוב'סטע זאך ביי כלל ישראל.
מיר האבן א סקול איינס אין דער וועלט; עס איז נישט דא נאך אזא פלאץ אין דער וועלט וואו מיידלעך לעבן מיטן אייבערשטן וואו אין דעם סקול. מיר דארפן דאנקען אונזער מנהלת מרת ... תחי' פארן אויספירן איר שליחות מיט די גרעסטע מאס איבערגעגעבנקייט וואס איז שייך; זי לייגט אריין אלע אירע כוחות אין די קינדער זיי זאלן אויסוואקסן אזוי ווי עס דארף צו זיין. קיינער ווייסט נישט וויפיל כח און מי מיר לייגן אריין אין יעדן קינד; אפילו די וואס באדאנקען זיך ווייסן אויך נישט באמת וואס פאר אן ארבעט ליגט אונטער יעדן קינד. נישט אייביג קען מען אריין מישן עלטערן וכו', אסאך מאל דארפן מיר האבן שלאפלאזע נעכט צו טון דאס בעסטע פאר די קינדער אן דעם וואס איינער זאל אפילו וויסן דערפון; זי איז פאר אונזערע קינדער א געטרייע מאמע.
אונזער הצלחה איז אז מיר ארבעטן אינאיינעם; אלע האבן מיר איין ווילן און איין שטרעבונג: אויפציען קינדער מיט אמונה אינעם אייבערשטן, קינדער מיט גוטע מידות און קינדער וואס וועלן זיך אפהיטן פון שלעכטע מענטשן. סיי די טיטשערס און סיי די מנהלת תחי' ארבעטן צוזאמען; יעדע וואך מיטוואך קומען זיך צוזאם די מנהלת מיט די טיטשערס און איך געב א שמועס פאר אלע טיטשערס זיי מחזק זיין ווי אזוי זיך אומצוגיין מיט די קינדער.
מיר לייגן אריין אין די קינדער זיי זאלן לעבן מיטן אייבערשטן; אלע מיידלעך זאגן תהילים, נישט אלץ קנס אדער פאר א שרעקעדיגע זאך, נאר זיי זאגן תהילים ווייל דאס איז א חלק פון זייער לעבן; וואו אין די וועלט האט איר אזא זאך אז מיידלעך זאלן יעדן טאג ענדיגן דעם יום תהילים?! וואו אויף די וועלט האט איר אזא זאך אז מיידלעך זאלן לעבן און אטעמען מיטן אייבערשטן ווי די "בית פיגא" מיידלעך?!
בקרוב וועט פארקומען אן 'אסיפת הורים' אין חדר מיט די מלמדים; איך וועל דיר מודיע זיין ווען דאס וועט זיין.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.