מכתב יומי

יב כסלו תשפ"ו

December 02 2025

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת וישלח, י"ב כסליו, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


די וואך אין די פרשה זעען מיר זייער א שטארקע חיזוק, יעקב אבינו האט צעטיילט זיינע קינדער אין צוויי, ער האט געזאגט (בראשית לב, ח-ט), אויב וועט עשו קומען און מיר צונעמען א האלבע משפחה - וועט די צווייטע האלב זיך קענען ראטעווען, דאס לערנט אונז די וועג ווי אזוי זיך צו קריגן מיט די יצר הרע; ווען ער קומט און ער ווארפט אראפ אין עבירות רחמנא לצלן, זאל מען נישט אויפגעבן און זיך צו אים איבערגעבן, אינגאנצן אריינפאלן אין א יאוש חס ושלום, נאר זוכן צו ראטעווען וואס מער. דער רבי זאגט: "איך זאג אנדערש פון די וועלט, די וועלט זאגט 'אז מען איז אראפגעפאלן אין עסן מאכלות אסורות, מען עסט חזיר - זאל עס שוין רינען אויפן בארד', איך זאג אנדערש, 'ניין ניין ניין, אז מען איז אראפגעפאלן אין עבירות, מען עסט חזיר - זאל עס נישט רינען אויפן בארד', מען זאל פון דארט שרייען צום אייבערשטן".


מוהרא"ש האט אלע מאל געזאגט, וואס איז דביקות אינעם אייבערשטן? דביקות טייטשט פארקלעבט, אזוי ווי מען נעמט צוויי פאפירן און מען קלעבט דאס צוזאם, און אז מען וויל דאס צעטיילן וועט מען נישט קענען, עס וועט מיט קומען א שטיקל פון איינס אויפן צווייטן, אזוי אויך דארף דער מענטש זיין צוגעקלעבט צום אייבערשטן אז אפילו דער יצר הרע וועט אים חס ושלום אראפווארפן אין אן עבירה זאל ער מיט שלעפן מיט זיך דעם אייבערשטן און דארט שרייען: "טאטע טאטע, איך וויל זיך צו דיר צוריק קערן".


היינט איז די יארצייט פון הייליגן בת עין זכותו יגן עלינו, דער בת עין האט געוואוינט אין אווריטש, שפעטער איז ער געפארן קיין ארץ ישראל. אווריטש איז די שטאט נאווריטש וואו דער רבי איז געפארן, דער רבי איז געווען ביי אים. עס ווערט דערציילט אין חיי מוהר"ן (סימן קנג), אז אין יאר תקס"ז איז דער רבי אוועקגעפארן פאר פורים פון שטאט ברסלב, קיינער האט נישט פארשטאנען פשט פון די רייזע, דער רבי איז דעמאלט געפארן קיין נאווריטש, פון דארט האט ער געוואלט פארן ווייטער אין וועג, אבער ער האט זיך אויפגעהאלטן דארט אין נאווריטש אין שטוב פונעם ארטיגן רב, וואס איז געווען א שטיקל מחותן מיט אים; דאס איז דער צדיק דער בית עין, די זכות פון די צדיקים זאלן מגין זיין אויף אונז מיר זאלן זוכה זיין צו אלע ישועות.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.