מכתב יומי

יב ניסן תשע"ח

March 28 2018

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת שמיני-א, י"ב ניסן, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


דער רבי האט אונז געגעבן א מתנה "התבודדות"; ווען א מענטש פאלגט דעם רבי'ן, ער איז זיך מתבודד יעדן טאג מיטן אייבערשטן און ער בעט דעם אייבערשטן אויף יעדע זאך וואס גייט אריבער אויף אים בפרט אויף דעם מלחמת היצר, ער בעט דעם אייבערשטן ער זאל ניצול ווערן פון דעם יצר הרע וואס וויל אים אומגליקליך מאכן, דעמאלט איז מען זוכה צו לעבן א לעבן.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (יבמות סב:): "כָּל אָדָם שֶׁאֵין לוֹ אִשָׁה שָׁרוּי בְּלֹא שִֹמְחָה, בְּלֹא בְּרָכָה, בְּלֹא טוֹבָה"; טייטשט מוהרא"ש, 'אשה' מיינט מען 'תפילה', אזוי ווי עס שטייט (משלי לא, ל): "אִשָּׁה יִרְאַת ה'", דאס זאגן די הייליגע חכמים: "כָּל אָדָם שֶׁאֵין לוֹ אִשָׁה", דער וואס לעבט אן תפילה אן קיין התבודדות, "שָׁרוּי בְּלֹא שִֹמְחָה, בְּלֹא בְּרָכָה, בְּלֹא טוֹבָה", אן התבודדות איז מען נישט פרייליך, מען האט נישט קיין ברכה און נישט קיין גוטס; ווייל א מענטש אן תפילה והתבודדות האט גארנישט, אן התבודדות האט מען נישט קיין ישוב הדעת. דאס רעדן צום אייבערשטן ברענגט א רואיגקייט אויפן מענטש, מען רעגט זיך נישט אויף אזוי שנעל, מען ווערט נישט פארלוירן ווען זאכן גייען נישט ווי מען וויל, מען איז מכבד די ווייב, עס איז גאר אנדערש ווען מען מאכט התבודדות.


אמאל איז א איד געקומען צו ר' נחמן טולטשינער זכרונו לברכה, ער האט זיך זייער באקלאגט אז זיין ווייב שרייט אויף אים און זי שעלט אים מיט קללות, ער האט זיך אויסגערעדט אז ער ליידט פון איר אסאך צער און ער האט געבעטן פון ר' נחמן טולטשינער אן עצה, האט ער אים געזאגט: "שטעל דיר פאר זי רעדט צו דיר אויף טערקיש, מאך דיר כאילו דו פארשטייסט נישט וואס זי רעדט וכו'"; דער איד האט געהאט גרויס אמונת חכמים אין ר' נחמן טולטשינער און ער האט דאס מקיים געווען, יעדעס מאל זיין ווייב האט געשריגן אויף אים האט ער געטראכט אז זי רעדט טערקיש און ער האט נישט געהערט ווי זי שרייט, און עס איז אים בעסער געווארן.


אז דו באקומסט א פסק אין שטוב, שווייג; דארפסט נישט ענטפערן. דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן ו): "וְעִקַּר הַתְּשׁוּבָה כְּשֶׁיִּשְׁמַע בִּזְיוֹנוֹ, יִדּם וְיִשְׁתֹּק", אז מען הערט ווי מען פארשעמט און מען שווייגט אפ, דאס איז דער עיקר ווי אזוי מען טוט תשובה; פריי דיך אז דער רבי האט אונז געגעבן א גרינגע וועג תשובה צו טון, מיר דארפן נישט פאסטן אויף אונזערע מעשים, מיר דארפן נישט טון קיין גרויסע עבודות וכו' און סיגופים וכו'. דער רבי געבט אונז אן אנדערע סארט תיקון, דער תיקון איז אז מיר זאלן נישט ענטפערן ווען מיר האבן א בזיון.


דער אייבערשטער זאל דיר געבן שכל אז דו זאלסט ארויס גיין פון דיין קטנות הדעת, זאלסט נישט זוכן אויסצופירן שטענדיג, זאלסט ענדערש זוכן צו זיין קלוג, זאלסט ענדערש געבן א גוט ווארט, ווי איידער זוכן ווי מען קען זיך קריגן.


א כשר'ן פרייליכ'ן יום טוב.