מכתב יומי

יב ניסן תשע"ט

April 17 2019

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת אחרי א', י"א ניסן, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אשרינו מה טוב חלקינו ומה נעים גורלינו "אשר בנחל" שם גורלינו וחלקינו; מארגן זענען מיר מסיים נאך א מסכתא - 'מסכת חולין'! ווי גליקליך זענען מיר אז מיר זענען מקורב צום הייליגן רבי'ן וואס וועקט אונז אויף פון שלאף, ער איז אונז מחזק און מעודד מיר זאלן זיך נישט לאזן נארן און אריין כאפן יעדן טאג אביסל תורה וואס וועט בלייבן מיט אונז לנצח נצחים.


בעט איך דיר טייערער ... הייב אן פון יעצט און באניי זיך; הייב אן לערנען יעדן טאג אביסל תורה וועסטו האבן אייגנס און דו וועסט זיין רייך. קיינער וויל נישט זיין קיין ארימאן, יעדער וויל האבן אן אייגענע הויז. ווען מען זעט אן היימלאזער מענטש געבט דאס א ציפ אין הארץ; מען האט זייער רחמנות אויף אים און מען קען דאס נישט אויסהאלטן, מען פרעגט זיך: 'וואו וואוינט דער מענטש? וואו שלאפט ער וכו'?' מען כאפט אבער נישט אז עס דרייען זיך ארום אן א שיעור היימלאזע מענטשן ברוחניות; א מענטש וואס לערנט נישט יעדן טאג אביסל חומש, א פרק משניות, א דף גמרא - איז אויך אן היימלאזער מענטש.


מאך זיך א חק קבוע צו לערנען יעדן טאג א בלאט גמרא; אפילו דו פארשטייסט נישט וואס דו לערנסט זאלסטו זאגן דעם בלאט גמרא. דו קענסט זיך גארנישט פארשטעלן וואס א דף גמרא טוט פאר'ן מענטש, עס וועט דיר ארויסרייסן פון אלע שמוץ; מוהרא"ש זאגט אז דער ס"מ וועט לאזן אלעס טון, ביז עס קומט צו עפענען די גמרא, ער קומט מיט טויזענט תירוצים - באלד, שפעטער, מארגן, נעכטן וכו', ווייל גמרא איז פייער פאר אים און דאס פארברענט אים אינגאנצן. ווען א איד לערנט די הייליגע גמרא ווערן פארברענט אלע קליפות, דערפאר ווען דער ס"מ זעט ווי א איד וויל אנהייבן לערנען גמרא האלט ער אים אפ מענטש מיט אלע סארט מניעות, מיט אלע מיני תירוצים נישט צו לערנען.


מוהרא"ש זכרונו לברכה פלעגט נאכזאגן פונעם הייליגן צדיק רבי אורי מסטרעליק זכותו יגן עלינו וואס ער האט געזאגט אויפן מאמר חכמינו זכרונם לברכה (עיין בבא מציעא קז:): "פַּת שַׁחֲרִית מְבַטֶּלֶת כָּל מִינֵי מַחֲלוֹת"; אז "פת" באטרעפט פונקט ווי "תלמוד", אז מען לערנט צופרי אביסל גמרא איז דאס מבטל אלע קליפות.


טייערער חבר, אחי היקר, אז מיר זענען מקורב צום רבי'ן לאמיר פאלגן דעם רבי'ן; פארוואס זאלסטו נישט לערנען יעדן טאג אביסל גמרא, ווער רעדט נאך אז דו קענסט זיך משתתף זיין ביי א שיעור. ברוך ה' דא אין שטאט אין ישיבה איז דא יעדן אינדערפרי א שיעור אינעם דף גמרא; אז דו קענסט קומען מיט לערנען מיט אנשי שלומינו איז נישט דא קיין גרעסערס פון דעם. אפילו דו פארשטייסט נישט וואס דו לערנסט דאך זאלסטו זאגן די ווערטער פון די הייליגע תורה, דו וועסט דאך גארנישט דערלייגן, אדרבה, דו וועסט נאר מרוויח זיין, ווייל די תורה מאכט א מענטש רייך, די תורה מאכט מען זאל זיין פרייליך און צופרידן.


היינט נאכט וועט אם ירצה ה' פארקומען א שיעור הכנה לפסח; מיר וועלן צוזאמען דאנקען דעם אייבערשטן אויף די נס וואס ער האט געטון מיט אונז אז מיר האבן זוכה געווען און מיר זענען זוכה ארויס צו גיין פון מצרים דורכ'ן הייליגן רבי'ן, איך האף דיר צו זען; איך וועל פרובירן נישט אריין צוציען עס זאל נישט נעמען לאנג אז דו זאלסט קענען אהיים גיין העלפן אין שטוב אריין ברענגען דעם פסח.


גיי דאווענען מיט מנין וועסטו האבן שפע; מוהרא"ש זאגט אז אויב מען דאווענט מיט מנין האט מען דבר שבמנין, מען האט געלט, אבער אז מען דאוונט ביחידות דארף מען רחמי שמים מען זאל בכלל דאווענען וד"ל.


אז דו קענסט געבן אפאר דאללער פאר דיין זונ'ס מלמד ער זאל האבן מיט וואס צו גיין צום פסח וועסטו זיך איינקויפן עולם הבא; איך האב געמיינט אז איך וועל קענען געבן פאר די מלמדים געלט פאר יום טוב חוץ זייער געהאלט, אבער למעשה דארף איך נאך רחמי שמים זיי צו קענען באצאלן זייער געהאלט, אלע זאלן זיין אויסגעצאלט אויף יום טוב. איך גלייב אז דער אייבערשטער וועט מיר העלפן, מיר זענען שוין מלומד בניסים, אלע יארן האט דער אייבערשטער געמאכט חסדים אז איך האב געקענט גיין צום סדר נאכט אן זיין שולדיג מיינע איינגעשטעלטע, וועט ער זיכער היינט אויך מאכן מיט מיר א נס.


אז דו קומסט צום שיעור וועסטו אים זיכער טרעפן, זאלסטו אים געבן אפאר דאללער ער זאל האבן אויף יום טוב; ווי נישט זיצט ער מיט דיין זון א גאנץ יאר, ער גייט אראפ פון זינען פון די קינדער, יעדן טאג זיצט ער מיט אזא סבלנות און איבערגעגעבנקייט. קוק ביי דיר ווען דיין ווייב בעט דיר דו זאלסט אכטונג געבן אויף די קינדער אפאר שעה, שפירסטו שוין ווי דו גייסט אראפ פון זינען וכו'.


דאס איז א ריכטיגע צדקה; די מלמדים ביי אונז זענען זייער חשוב'ע יונגעלייט, זיי ארבעטן מיט  הארץ. דורכדעם וועסטו זוכה זיין צו האבן פאר דיר אליינס גרויס שפע; געדענק, הכרת הטוב איז די שענסטע מידה.


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן זוכה זיין צו (פסחים קטז:): "וְנֹאכַל שָׁם מִן הַזְּבָחִים וּמִן הַפְּסָחִים"; און צו (מיכה ז, טו): "כִּימֵי צֵאתְךָ מֵאֶרֶץ מִצְרָיִם אַרְאֶנּוּ נִפְלָאוֹת", אמן.


א פרייליכן יום טוב.