מכתב יומי

יב ניסן תשפ

April 06 2020

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת שמיני א', י"ב ניסן, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר,


העלף דיין ווייב אויסרוימען דעם חמץ און אריין ברענגען דעם פסח. העלף מיט שמחה, העלף מיט א געשמאק; ווייל מיט יעדע פלאג וואס מען פלאגט זיך אריין צו ברענגען דעם יום טוב באשאפט מען מלאכים אין הימל. דער הייליגער בעל קדושת לוי דער בארדיטשובער רב זכותו יגן עלינו זאגט: "ווען די פרויען מאכן פסח'דיג, פון זייער קראצן, רייבן און כשר'ן ווערן באשאפן מלאכים, די זעלבע מלאכים וואס ווערן באשאפן ראש השנה ווען מען בלאזט שופר. אזוי ווי מען זעט אז קשר"ק וואס איז די ראשי תיבות תק'יעה ש'ברים תר'ועה תק'יעה, איז אויך די ראשי תיבות פון ק'ראצן ש'ארן ר'ייבן כ'שר'ן"; דערפאר זאלסטו זען צו העלפן אין שטוב מיט וואס דו קענסט נאר און זיכער נישט ווערן בכעס חס ושלום און מאכן אנגעצויגן אין שטוב, ווייל דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן סח) אז דורך כעס שטופט מען אוועק פון זיך די פרנסה.


זע צו קויפן פאר דיין ווייב א שיינע מתנה לכבוד יום טוב; בעט זיך איבער מיט איר, א שאד אריין צו גיין אין יום טוב נישט בשלום. בעט זיך איבער מיט איר, אפילו דו ביסט גערעכט. יעצט איז א צייט פון ארויס גיין לחירות, יעצט איז א צייט וואס מיר גייען ארויס פון אלע קטנות, פון אלע מחלוקות; מיר לאזן איבער פרעה, מיר לאזן איבער די מצרים, מיר גייען ארויס פון אלע נארישקייטן, מיר ווערן אויסגעלייזט.


שוין צייט אויסצורוימען דעם ריכטיגן חמץ - די גאוה, דאס זיך גרויסהאלטן אויף א צווייטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן זוכה זיין צו (פסחים קטז:): "וְנֹאכַל שָׁם מִן הַזְּבָחִים וּמִן הַפְּסָחִים"; און צו (מיכה ז, טו): "כִּימֵי צֵאתְךָ מֵאֶרֶץ מִצְרָיִם אַרְאֶנּוּ נִפְלָאוֹת", אמן.


א פרייליכן יום טוב.