מכתב יומי

כג ניסן תשפ"א

April 05 2021

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת שמיני, כ"ג ניסן, אסרו חג, שנת תשפ"א לפרט קטן


 לכבוד ... נרו יאיר


חסדי השם יתברך מיר האבן געהאט זייער א שיינעם יום טוב; מיר האבן זוכה געווען צו מקיים זיין די אלע מצוות פונעם אייבערשטן.


איך בין געווען גאנץ יום טוב אין שטעטל קרית ברסלב, איך האב געהאט א הערליכע יום טוב; עס איז גאר אנדערש ווען מען איז יום טוב אינאיינעם מיט אנשי שלומינו, מיר האבן זיך זייער מחזק געווען מיט די עצות פון רבי'ן. דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן חלק א', סימן קלה): "אִם הוּא מְקֻשָּׁר לְהַצַּדִּיק יוּכַל לְהַרְגִּישׁ קְדֻשַּׁת יוֹם טוֹב", ווען מען איז מקורב צום צדיק קען מען שפירן א טעם אין יום טוב.


איך האף ביי דיר איז אויך געווען שיין; איך וועל דיר נאך שרייבן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


~~~~~~~~~~


בעזרת ה' יתברך - ב' פרשת שמיני, כ"ד ניסן, שנת תשפ"א לפרט קטן


 לכבוד ... נרו יאיר


אמונה איז שטערקער פון אלצדינג; ווען מען האט א שטארקע אמונה - קען מען אלעס דורכקומען.


דער הייליגער בעל שם טוב האט אונז מגלה געווען אז מיט אמונה פשוטה קען מען אלעס דורכגיין. אמאל האט מען געזען דעם הייליגן בעל שם טוב זכותו יגן עלינו אריבערגיין דעם טייך דינעסטער מיט'ן גארטל, האט ער געזאגט: "איך בין אריבער דעם טייך אן קיין מופתים, נאר מיט א שטארק אמונה" (עיין דגל מחנה אפרים פרשת וישלח, דבור המתחיל 'עוד יש לומר כי במקלי'; ספר נוצר חסד על מסכת אבות, פרק ו אות ח).


דעריבער בעט איך דיר זייער, שטארק זיך מיט אמונה פשוטה אינעם אייבערשטן; חזר זיך די פשוט'ע אמונה: "אין עוד מלבדו, עס איז גארנישט דא אויסער דעם אייבערשטן, אלעס איז ער און ער איז אלעס; דומם, צומח, חי מדבר איז דער אייבערשטער אליינס"; וועסטו זען ווי דו וועסט אלעס בייקומען.


עס איז דא אזויפיל צרות אויף די וועלט, מענטשן גייען אריבער אזעלכע שווערע נסיונות, מען פרובירט אויס יעדן איינעם נאר ווייל מען וויל זען אויב מען וועט זיך קענען דערהאלטן, אויב מען וועט בלייבן מיט די אמונה.


ליידער האבן נישט מענטשן די שטארקע אמונה, אנשטאט לויפן צום אייבערשטן לויפט מען צו דראגס, סי בי די אויל, אדער מאריכואנא; מען פארברענט זיך דעם מח מיט די קעמיקאלן. אנדערע לויפן צום ביטערן טראפ, מען טרינקט אלקאהאל השם ישמרינו; די אלע זאכן העלפן נאר אויף די מינוט, נאכדעם ווען עס וועפט אויס ווערט מען מער דערביטערט און דערשלאגן, דארף מען שוין נעמען שטערקערע דראגס; אלעס נאר ווייל מען האט נישט די שטארקע אמונה אינעם אייבערשטן, מען האט נישט צו וועם זיך צו ווענדן.


אשרינו אז מיר האבן דעם הייליגן רבי'ן וואס איז שטערקער פון סי בי די אויל, שטערקער פון מאריכואנא; דער רבי לערנט אונז אמונה, מיר זאלן וויסן אז דער אייבערשטער מאכט אלעס און אלעס וואס ער טוט - איז נאר לטובה, ער געבט אונז די עצה וואס משיח וועט דערמיט אייננעמען די וועלט, די עצה פון תפילה והתבודדות; זיך אויסגיסן דאס הארץ צום אייבערשטן, אים דערציילן איינמאל און נאכאמאל, א דריטע מאל און א פערטע מאל - אלעס וואס שטערט און גייט איבער.


איך בעט דיר זייער פארליר זיך נישט, אלעס וועט אריבערגיין.


פארגעס נישט פונעם דף גמרא; א בלאט גמרא דאס באשיצט דעם מענטש פון אלעם שלעכטס.


מיטוואך וועט זיין א צאמקום פאר פרויען, בעט איך דיר זייער, זע אז דיין ווייב זאל קענען קומען שעפן אביסל פרישע כוחות; זי וועט הערן אזעלכע גוטע ווערטער, שטערקער פון סי בי די אויל. עס וועט איר בארואיגן, עס וועט איר געבן כח זי זאל ווייטער קענען אנגיין מיט די שטוב ארבעט; בלייב אין שטוב זי זאל קענען קומען.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.