מכתב יומי

יב תמוז תשע"ט

July 15 2019

[די ביינאכט און *בחורים* בריוו איז בייגעלייגט צום סוף פון דעם בריוו]


 


בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת בלק, י"ב תמוז, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


מאך זיך א שיעור אין משניות; הייב אן מסכת ברכות און זיי ממשיך כסדרן א פרק נאך א פרק. אז דו קענסט זאגן ח"י פרקים יעדן טאג און מסיים זיין ששה סדרי משנה יעדן חודש - איז נישט דא קיין בעסערס פון דעם, ווייל "מִשְׁנָה" איז די אותיות "מְשַׁנֶה"; ווי מער א מענטש זאגט משניות איז ער זיך מְשַׁנֶה אינגאנצן, עס גייט פון אים אוועק אלע משוגעת'ן.


משניות שלעפט ארויס דעם מענטש פון די טיפסטע בלאטע, וואס מִשְׁנָה איז נוטריקון די ראשי תיבות פון די ווערטער (תהילים ל, ד): "הֶ'עֱלִיתָ מִ'ן שְׁ'אוֹל נַ'פְשִׁי"; דורכדעם וואס מען זאגט משניות נעמט עס ארויס דעם מענטש פון די טיפסטע שמוציגסטע פלעצער וואו דער מענטש איז רחמנא לצלן אריין געפאלן.


עס זענען דא צווישן אנשי שלומינו וואס זענען געווען אין די טיפסטע בלאטעס און היינט זענען זיי גרויסע צדיקים נאר דורך די עצה פון משניות; זיי האבן געטון אסאך גוטס ביז זייער שלעכטס איז פארפאלן געווארן. אזוי ווי די מעשה אז א איד איז געקומען צום רבי'ן און זייער געוויינט אז ער ליגט אין א טיפע בלאטע, ער זינדיגט נעבעך און טוט זייער גראבע עבירות, ער האט געבעטן דעם רבי'ן זאל אים העלפן ארויס קריכן פון זיין בלאטע. האט אים דער רבי געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן תמז): "דו טו גוטס, און די שלעכטס וועט פון זיך אליינס אוועק פאלן"; אז דו זעסט ווי דער יצר הרע האט זיך גענומען אויף דיר, זאלסטו טון אסאך גוטס - וועט אלע שלעכטס אוועק גיין.


איך בעט דיר זייער זאלסט זיך מאכן א שיעור אין לערנען גמרא, דאס וועט דיר אפוואשן פון אלע שלעכטס. דער יצר הרע האט זייער מורא פון לימוד התורה ווייל ווען מען לערנט תורה ווערט ער בטל ומבוטל, בפרט ווען מען לערנט גמרא ווערט ער אינגאנצן פארברענט, דערפאר וועט ער אלעס לאזן טון אבי מען זאל נישט לערנען א דף גמרא יעדן טאג.


מיר זיצן דא אין קעמפ אונטערן בוים, יעדן אינדערפרי איז דא א שיעור אין גמרא. דער אייבערשטער האט מיר מזכה געווען פארצולערנען פאר בחורים און יונגעלייט א בלאט בבלי און א בלאט ירושלמי יעדן טאג; דאס איז אונזער חיות, אנצוהייבן דעם טאג מיט גמרא. דער גאנצער טאג גייט אנדערש נאכן לערנען גמרא; מען איז ממשיך אויף זיך די פיר מלאכים: ג'בריאל מ'יכאל ר'פאל א'וריאל, וואס די ראשי תיבות איז נוטריקון "גמרא", די פיר מלאכים זענען די מרכבה פאר די שכינה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 


~~~~~~~~~~


 


בעזרת ה' יתברך


ב' פרשת בלק, י"ב תמוז, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


הער אויף צו שרייען און זיך כעס'ן; עס וועט דיר גארנישט נוצן צו זיין נערוועז טאג און נאכט, דאס וועט דיר נאר שאטן צום געזונט.


ענדערש טו תשובה וועסטו זיך קענען באהערשן אויף דיין אנגעצויגנקייט און זיך קענען איינהאלטן פון ווערן בכעס. דער הייליגער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן קפד): "בְּהַחֹטֶם יְכוֹלִים לְהַכִּיר הַנּוֹאֵף", מען קען דערקענען א נואף דורך זיין נאז; מוהרא"ש זכרונו לברכה זאגט דאס גייט ארויף אויף כעס, איינער וואס איז שטענדיג נערוועז איז א סימן אז ער איז א נואף.


דורך כעס קען מען דערקענען ווער דער מענטש איז; דער וואס היט זיך נישט פון עבירות, ער היט נישט זיינע אויגן און קוקט אלע עקלדיגע שמוציגע מאוויס - דער ווערט א נערוועזער אנגעצויגענער מענטש; ער שרייט אויף אלעמען ביז אלע לאזן זיך אפ פון אים. ווידעראום דער ערליכער איד וואס היט זיינע אויגן און מח מחשבה דער ווערט נישט בכעס ווען עס גייט אים נישט וכו'.


בעט איבער דיין ווייב וועט דיר גוט זיין.


 


~~~~~~~~~~


 


בעזרת ה' יתברך


ב' פרשת בלק, י"ב תמוז, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד הבחור ... נרו יאיר, תלמיד ישיבת תפארת התורה ברסלב.


איך פריי זיך זייער צו הערן פון דיר אז זייט דו האסט אנגעהויבן הערן די דיבורים פון הייליגן רבי'ן האסטו אנגעהויבן צו לעבן א זיסע לעבן, דו האסט באקומען א חיות אין אידישקייט.


איך בעט דיר זייער, געב אכטונג נישט צו טשעפען די בארד און פיאות; אז מען טשעפעט די בארד טשעפעט מען די פרנסה. מוהרא"ש זאגט: "ווער עס שניידט די בארד שניידט זיך די פרנסה, און ווער עס שניידט די פיאות שניידט זיין שכל".


זאג אסאך משניות וועסטו ווערן אביסל מיושב וכו'. דו האסט נאך א וועג צו גיין, יעדע רגע ווילסטו עפעס אנדערש; איין רגע ווילסטו בארד און פיאות, די קומענדיגע מינוט ווילסטו שוין אנדערש - יעדן טאג האסטו עפעס אנדערע קאפ דרייעניש.


איך ווייס נישט ווער דיינע חברים זענען און עס אינטערעסירט מיר נישט צו וויסן ווער זיי זענען, איך וויל פשוט דו זאלסט אויפשטעלן א שיינע שטוב, דורות פון ערליכע אידן, און כל זמן די האסט שייכות מיט זיי קען דאס נישט ארבעטן.


איך בעט דיר נאכאמאל, לאז אפ דיין בארד און פיאות וועסטו זוכה זיין צו אלעס גוטס און דו וועסט בקרוב טרעפן דיין זיווג. דו ווילסט דאך א וואוילע מיידל, דו ווילסט נישט א מיידל וואס טויג נישט וכו' השם ישמרינו, דארפסטו וויסן אז יעדע ערליכע מיידל וועט נאר נעמען א בחור מיט א צלם אלוקים, מיט בארד און פיאות, בפרט די תלמידות פון אונזער סקול 'בית פיגא' זיי ווילן אלע חתונה האבן מיט א בחור וואס טראגט א צלם אלקים, וואס רירט נישט צו זיין בארד און פיאות.


עס איז א שאד אז פאר אפאר נארישע חברים זאלסטו אראפ נעמען דיין צלם אלוקים און אויסקוקן ווי א סריס (איינע פון די סימנים פון נישט קענען האבן קינדער איז אז מען האט נישט קיין בארד; יבמות עט:).


איך ווארט צו הערן פון דיר.