מכתב יומי
יב תשרי תשע"ח
October 02 2017
‹ ›בעזהשי"ת
יום ב' פרשת וזאת הברכה-ב, י"ב תשרי, שנת תשע"ח לפ"ק
לכבוד ... נרו יאיר
מיר גרייטן זיך אויף דעם הייליגן יום טוב סוכות; אין די תורה שטייט (ויקרא כג, מב): "בַּסֻּכֹּת תֵּשְׁבוּ שִׁבְעַת יָמִים", זאגן חכמינו זכורנו לברכה (סוכה ב.): "צֵא מִדִּירַת קְבַע, וְשֵׁב בְּדִירַת אַרְעַי", גיי ארויס פון דיין קביעות'דיגע דירה און גיי אריין אין א צייטווייליגע דירה; דאס קומט אונז צו לערנען וואס דער לעבן איז, א מענטש מיינט אז ער גייט דא בלייבן אויף אייביג, אדער א מענטש טראכט: 'ווי קען אויסהאלטן אזעלכע צרות פאר נאך הונדערט יאר וכו'?' אויף דעם קומט דער יום טוב סוכות, מען זאגט פארן מענטש: "צֵא מִדִּירַת קְבַע, וְשֵׁב בְּדִירַת אַרְעַי", געדענק אז מען בלייבט נישט דא אויף אייביג, דער לעבן איז נישט קיין קבע, עס איז ארעי. נאך אביסל גייט מען צוריק צום אייבערשטן, און עס לוינט זיך נישט צו קריגן און צו לעבן מיט עסענישן, ווייל נאך אביסל גייען מיר אלע צוריק צום אייבערשטן, און דעמאלט וועט זיין חשוב נאר די ביסל תורה וואס מיר האבן זוכה געווען אריין צו כאפן בזה העולם, נאר די דריי תפילות - שחרית מנחה מעריב, וואס מיר האבן אריין געכאפט יעדן טאג, אפילו ווען עס איז אנגעקומען שווער.
דאס לערנען מיר זיך ארויס פון די מצוה פון סוכה; מען בויעט א סוכה מיט אלע הידורים, מען באצירט עס אזוי ווי עס פאסט, אבער ווען עס גייט אריבער די זיבן טעג, צונעמט מען די סוכה. אזוי גייט דאס גאנצע לעבן, עס גייט אריבער די זיבעציג יאר, וואס דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן סא) אז די לעבן איז אזוי קורץ, די גאנצע זיבציג יאר גייט אריבער אזוי ווי פופצן מינוט; דערפאר לוינט זיך נישט צו זיין צעבראכן און דעפרעסט, ווייל מיר בלייבן נישט דא אויף אייביג.
מען דארף פרובירן מיט אלע כוחות זיך פרייליך צו מאכן, און גלייבן באמונה שלימה אז אלעס וואס גייט אריבער אויף מיר איז פאר מיין טובה, דער אייבערשטער פירט דער וועלט מיט א חשבון, גארנישט איז נישט קיין פערצופאל, עס איז נישט דא קיין טעותים אדער מקרה, נאר אלעס פירט דער אייבערשטער.
ווי מער א מענטש חזר'ט זיך איין אז דער אייבערשטער פירט דער וועלט, ער לעבט מיט אמונה - איז אים דער לעבן אסאך גרינגער, ער ווייסט אז קיינער קען אים גארנישט טון, נישט שלעכט און נישט גוט, ער ווייסט אז עס וועט אים נישט העלפן חנופה, ווייל וואס ער דארף, וועט ער נאר באקומען פונעם אייבערשטן; אזא מענטש לעבט א חיים טובים, א זיסע לעבן, ער לויפט נישט נאך קיין שום מענטש.
איך בין אביסל טרוד מיט הכנות פאר יום טוב, וועל איך אביסל מקצר זיין וואו איך דארף ווען מער מאריך זיין.
א גרינגן ערב יום טוב.