מכתב יומי

יג תשרי תשפ"ג

October 08 2022

בעזרת ה' יתברך - מוצאי שבת קודש פרשת האזינו, י"ד תשרי, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 לכבוד ... נרו יאיר


איך בעט דיר זייער פארגעס נישט פון דיין ווייב, פארגעס נישט איר צו געבן גוטע ווערטער; בפרט אז עס איז אזוי קאלט צווישן ענק וכו', מען רעדט נישט וכו', דו ווארסט זי זאל דיר שוין געבן א גוט ווארט, און זי ווארט נאך מער; זי וויל הערן עפעס א רמז, עפעס א ווינק אז דו האסט איר ליב - זיי דו דער וואס הויבט אן און געבט א גוט ווארט.


יעצט ערב יום טוב ווען דו ביסט פארנומען מיט די הכנות פאר יום טוב בעט דעם אייבערשטן זאלסט זוכה זיין צו זיין פרייליך, דאס איז דער עיקר; אויב מען איז פרייליך איז מען ביי די קדושה.


זיי אויך מפיץ די גליונות און די קונטרסים; זיי דו אויך א מפיץ.


א גוטע וואך.