מכתב יומי

יג אב תשע"ח

July 25 2018

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת ואתחנן, י"ג מנחם-אב, שנת תשע"ח לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר


אויב דו ווייסט פון א פלאץ וואס מיר קענען דינגען פאר אונזער סקול "בית פיגא" פארן קומענדיגע יאר תשע"ט לפ"ק - זאלסטו מיר לאזן וויסן, אדער פאר די הנהלת המוסד; מיר האבן נישט קיין פלאץ פאר די סקול און סקול הייבט זיך אן אין זעקס וואכן ארום.


איך בין נישט באזארגט קיין איין ברעקעלע וועגן א פלאץ; איך קוק צוריק ווי דער אייבערשטער האט אונז געהאלפן און געברענגט ביז אהער, גולה אחר גולה זענען מיר געגאנגען, און געלויבט דעם אייבערשטן אז דאס איז יעצט אונזער דאגה - אז די מוסד ווערט גרעסער און גרעסער כן ירבו.


מיר האבן געעפענט די סקול אין א דירה קעגן איבער די ישיבה אין א בעיסמענט; איין כתה איז געווען אין שלאף שטוב, די צווייטע - אין קאך, אן קיין לופט און אן ליכטיגקייט וכו'. ברוך השם מיר האבן געטראפן א פלאץ וואו מיר זענען געווען זעקס יאר, יעצט איז עס אויסגעוואקסן און מיר קענען נישט צוריק גיין; בעט איך דיר, אויב דו קענסט זיך פארבינדן מיט האברך ... נרו יאיר איבער א פלאץ וואו מיר קענען גיין, אז מיר זאלן קענען אנהייבן דעם קומענדיגן סקול יאר בשעה טובה ומוצלחת.


כאפ אריין א בלאט גמרא יעדן טאג, וועסטו מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.