מכתב יומי
יג אדר ב' תשע"ט
March 20 2019
‹ ›בעזרת ה' יתברך
יום ד' פרשת צו, תענית אסתר, י"ג אדר ב', שנת תשע"ט לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר.
היינט פאסטן מיר און עס איז א גרויסער טאג; דעם היינטיגן טאג איז מסוגל צו פועל'ן גרויסע ישועות.
עס ווערט געברענגט פון צדיקים (ספר יסוד יוסף, פרק א) אז ווער עס דארף א ישועה זאל זאגן קאפיטל כ"ב פון ספר תהילים, דערנאך זאל ער בעטן דעם אייבערשטן אז אין זכות פון מרדכי הצדיק און אסתר המלכה זאל ער זוכה זיין צו געהאלפן ווערן, וועט דער אייבערשטער העלפן און ער וועט זיכער קריגן א ישועה.
מען טוט זיך אן בגדי שבת פאר מען קומט אין שול דאווענען מנחה-מעריב; פאר מנחה פירט מען זיך צו געבן א מחצית השקל, מען געבט דריי האלבע דאללער'ס פאר יעדן קאפצאל - פאר זיך, פאר די ווייב און פאר די קינדער. זע צו געבן די מחצית השקל אין רבינ'ס בית המדרש, וועט דאס זיין חשוב אזוי ווי דו געבסט דאס אין בית המקדש.
חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות לג.): "כָּל אָדָם שֶׁיֵשׁ בּוֹ דֵּעָה כְּאִילוּ נִבְנָה בֵּית הַמִּקְדָּשׁ בְּיָמָיו", ווער עס האט שכל און ווייסט אז דער אייבערשטער פירט די וועלט איז ביי אים אזוי ווי דער בית המקדש איז שוין אויפגעבויט; ווער ברענגט אריין אין אונז שכל מיר זאלן וויסן אז דער אייבערשטער פירט די וועלט? דער הייליגער רבי, זאלסטו זען צו געבן דעם מחצית השקל דיקא ביים רבינ'ס שול. נישט נאר דעם מחצית השקל נאר אלע דיינע צדקות און מעשרות זאלסטו געבן פארן הייליגן רבינ'ס פלאץ.
בשעת דו געבסט דעם מחצית השקל זאלסטו בעטן דעם אייבערשטן ער זאל רחמנות האבן אויף אונז אידן, מיר זאלן שוין פטור ווערן פונעם יצר הרע; דער מחצית השקל וואס מיר געבן איז מסוגל צו ווערן געראטעוועט פונעם יצר הרע, אזוי ווי דער רבי זאגט (ספר המידות, אות צדקה, חלק ב', סימן יט): "עַל יְדֵי נְתִינַת שְׁקָלִים נִיצוֹל מִיֵּצֶר הָרָע"; בעט: "רבונו של עולם, אין דעם זכות וואס איך געב דעם מחצית השקל העלף מיר ארויס אז איך זאל געראטעוועט ווערן פונעם יצר הרע, אזוי ווי די רבי זאגט (ספר המדות אות צדקה, חלק ב', סימן יט): "עַל יְדֵי נְתִינַת שְׁקָלִים נִיצוֹל מִיֵּצֶר הָרָע", און איך זאל זוכה זיין צו שמירת עינים און שמירת המחשבה.
רבונו של עולם, העלף מיר אז איך זאל אלעמאל געדענקען אז איך בין נאר האלב, און איך דארף צוקומען צו נאך א איד, און איך זאל זוכה זיין צו מכניע זיין די קליפה פון המן עמלק וואס זייער גאנצע זאך איז נאר מחלוקת, און זוכה זיין צו אלע ברכות און ישועות וואס קומען אין זכות פון די מצוות וואס מען איז מקיים אין דעם הייליגן יום טוב פורים. בזכות רבינו נחמן בן פיגא, ובזכות רבינו אליעזר שלמה בן מנחם זאב, זכותם יגן עלינו".
נאך מעריב וועלן מיר זוכה זיין צו הערן די מגילה; בשעת'ן ליינען די מגילה איז זייער א גרויסע צייט. עס איז מסוגל צו פועל'ן אלע ישועות - אנגעהויבן מיט שידוכים, פרנסה, קינדער וכו', אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (מגילה ד:): "עֵינֵיהֶם שֶׁל עֲנִיִּים נְשׂוּאוֹת בְּמִקְרָא מְגִילָה", די אויגן פון די אידן, וואס מיר זענען אזוי צעבראכן און צעריסן, יעדנ'ס הארץ איז פארווייטאגט, ווער דארף נישט קיין ישועה? אידישע קינדער גייען אריבער זייער אסאך שוועריקייטן; אידישע קינדער דארפן רפואות, אידישע קינדער ווארטן צו געהאלפן ווערן מיט קינדער, פרנסה, נחת, וכו' - אלע קוקן מיר ארויס און מיר ווארטן צו הערן די מגילה צו געהאלפן ווערן מיט אלע ישועות.
מען קלאפט ביי המן אריין צו ברענגען אין די קינדער זיי זאלן פיינט האבן דעם המן הרשע, אבער עס פעלט נישט אויס צו איבערדרייען דעם שול; מוהרא"ש פלעגט אויפשרייבן אונטן פון זיין שיך די צוויי ווערטער 'המן' 'ס"מ' און קלאפן בשעת מען זאגט המן.
איך וועל זיך זייער פרייען אז דו וועסט קומען פורים נאכמיטאג אין ישיבה וואו מיר וועלן זיך צוזאמקומען אלע איינאיינעם אויסשרייען: "לְהוֹדִיעַ, לְהוֹדִיעַ, לְהוֹדִיעַ, שֶׁכָּל קֹוֶיךָ לֹא יֵבֹשׁוּ, וְלֹא יִכָּלְמוּ לָנֶצַח כָּל הַחוֹסִים בָּךְ", אז מיר האבן א רבי וואס מוטיגט אונז מיר זאלן ווייטער האפן און גלייבן אינעם אייבערשטן און אז די אלע וואס דערהאלטן זיך וועלן ביים סוף זען גרויסע וואונדער.
אזוי אויך וועט מוצאי שבת פארקומען א סעודה לכבוד שושן פורים מיט א שיינע פארשטעלונג וואס די בחורים און יונגעלייט וועלן אויסשפילן דערביי א מעשה פון הייליגן רבי'ן, וויל איך דיר בעטן דו זאלסט קומען מיט דיין ווייב און קינדער; אסאך כוחות לייגן מיר אריין אין דעם נאר פאר אונזערע קינדער אז זיי זאלן אויפוואקסן מיטן רבי'ן; געב א קוק וואס איז געשען אין די פאר יאר זייט מיר האבן מוסדות פאר אונזערע קינדער, אלעס האט זיך געטוישט; עס וואקסט אויף א נייע פרישע דור וואס לעבט מיטן אייבערשטן אן קיין שום דריידלעך, א דור וואס לעבט מיטן רבי'ן; אלע קינדער - יונגלעך, מיידלעך און בחורים, אלע זענען עוסק אין פארשפרייטן די הייליגע אמונה פאר די גאנצע וועלט.