מכתב יומי
יג אדר ב' תשפ"ב
March 16 2022
‹ ›בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת צו, י"ג אדר ב', תענית אסתר, שנת תשפ"ב לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
היינט פאסט מען כדי מיר זאלן געדענקען אז ווען עס קומט א צייט פון א צרה איז נאר דא די עצה פון שרייען צום אייבערשטן, די עצה וואס מרדכי הצדיק און אסתר המלכה האבן געטון ווען המן האט געוואלט פארטיליגן די אידן.
איך וויל דיר נאכאמאל דערמאנען זאלסט חס ושלום נישט מאכן קיין חובות, גראב זיך נישט קיין גרוב; צדקה געבט מען וואס מען האט אדער קען מען גיין נאך געלט, אבער נוץ נישט דיינע קרעדיט קארדס פאר צדקה ווען דו האסט נישט קיין דעקונג. היינט קומט מען שוין אין מיין נאמען בעטן געלט, מען רעדט איין צו נוצן די קרעדיט קארד. ענדערש גיי נאך געלט, אידישע קינדער זענען געבעדיג, נעם צאם געלט צו העלפן די מוסד; אבער געב אכטונג, גראב דיר נישט קיין גרוב, מאך דיר נישט קיין חובות.
צו מנחה מעריב קומט מען שוין אנגעטון מיט בגדי שבת; מה טוב אז מען קען כאפן א מקוה איידער קריאת מגילה.
מחצית השקל זאלסטו געבן אין בית המדרש היכל הקודש, עס איז זייער א גרויסע זאך צו געבן דעם מחצית השקל פאר'ן רבינ'ס בית המדרש, דא האסטו א תפילה צו זאגן ביים געבן די מחצית השקל:
"רִבּוֹנוֹ שֶׁל עוֹלָם, אִין דֶעם זְכוּת וָואס אִיךְ גֶעבּ דֶעם מַחֲצִית הַשֶּׁקֶל הֶעלְף מִיר אַרוֹיס אִיךְ זָאל גֶערַאטֶעוֶועט וֶוערְן פוּנֶעם יֵּצֶר הָרָע. אַזוֹי וִוי דֶער הֵיילִיגֶער רֶבִּי זָאגְט (סֵפֶר הַמִּדּוֹת אוֹת צְדָקָה חֵלֶק ב', סִימָן יט): "עַל יְדֵי נְתִינַת שְׁקָלִים נִיצוֹל מִיֵּצֶר הָרָע", אוּן אִיךְ זָאל זוֹכֶה זַיין צוּ שְׁמִירַת עֵינַיִם אוּן שְׁמִירַת הַמַּחְשָׁבָה.
רִבּוֹנוֹ שֶׁל עוֹלָם, הֶעלְף מִיר אַז אִיךְ זָאל אַלֶעמָאל גֶעדֶענְקֶען אַז אִיךְ בִּין נָאר הַאלְבּ אוּן אִיךְ דַארְף צוּקוּמֶען צוּ נָאךְ אַ אִיד; אִיךְ זָאל זוֹכֶה זַיין צוּ מַכְנִיעַ זַיין דִי קְלִיפָּה פוּן הָמָן עֲמָלֵק וָואס זֵייעֶר גַאנְצֶע זַאךְ אִיז נָאר מַחְלוֹקֶת, אוּן זוֹכֶה זַיין צוּ אַלֶע בְּרָכוֹת אוּן יְשׁוּעוֹת וָואס קוּמֶען אִין זְכוּת פוּן אַלֶע מִצְוֹות פוּן דֶעם הֵיילִיגְן יוֹם טוֹב פּוּרִים.
בִּזְכוּת רַבֵּינוּ נַחְמָן בֶּן פֵיגֶא, וּבִזְכוּת רַבֵּינוּ אֱלִיעֶזֶר שְׁלֹמֹה בֶּן מְנַחֵם זְאֵב, זְכוּתָם יָגֵן עָלֵינוּ".
היינט נאכט טרינקט מען נישט; גיי נישט שלאפן צי שפעט כדי דו זאלסט קענען אויפשטיין פורים אין צייט טון די הייליגע עבודות.
מארגן נאכט וועלן מיר מאכן א סעודה אין ישיבה און טאנצן אינאיינעם אויף די גרויסע ניסים וואס דער אייבערשטער האט געטון אז מיר זענען געראטעוועט געווארן פון המן; נישט נאר אין יענע דור, נאר בכל דור ודור טוט אונז מרדכי הצדיק - דער הייליגער רבי - ראטעווען פונעם סמ"ך מ"ם.
א פרייליכן יום טוב פורים.