מכתב יומי

יג אדר תשע"ח

February 28 2018

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת כי תשא, י"ג אדר, תענית אסתר, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


היינט איז א פאסט טאג; מען פאסט כדי צו ווייזן אז ווען א איד האט א צרה רחמנא לצלן און מען בעט דעם אייבערשטן, העלפט דער אייבערשטער.


דו קענסט זיך נישט פארשטעלן וואס תפילה איז; אלעס קען מען פועל'ן מיט תפילה. ווען א מענטש האט א שטארקע אמונה, ער גלייבט אז דער אייבערשטער פירט דער וועלט, עס איז נישט דא קיין טבע, מקרה און מזל, נאר אלעס אויף דער וועלט איז דער אייבערשטער; דער אייבערשטער איז אין יעדע זאך - אין דומם, צומח, חיה, מדבר - אלעס איז נאר א פארשטעלאכטס פונעם אייבערשטן, אזא מענטש ווען ער האט א צרה ווענדט ער זיך נאר צום אייבערשטן און ער איז ער זוכה ארויס צו קריכן פון אלע זיינע צרות.


מוהרא"ש זכרונו לברכה האט דערציילט, ווען ער איז געווען א אינגערמאן האט ער זיך צוגעוואוינט נישט צו בעטן פון קיינעם קיין טובות - נאר פונעם אייבערשטן; ווען ער האט געדארפט עפעס בעטן פון איינעם האט ער קודם געזאגט שטילערהייט "הייליגער באשעפער" און נאכדעם ממשיך געווען הויך אויפן קול: "קענסט מיר העלפן וכו'?" יענער האט געטראכט אז ער בעט דאס פון אים, אבער באמת האט ער נאר גערעדט צום אייבערשטן. איינמאל איז מוהרא"ש געגאנגען אין געשעפט קויפן מילך, די מילך איז געווען אונטער דעם פלאץ וואו דער געשעפטס מאן איז געשטאנען און מוהרא"ש רופט זיך אן: "אייבערשטער, קענסט מיר געבן א פלעשל מילך?" דער געשעפטס מאן קוקט אויף מוהרא"ש מיט גרויסע אויגן און פרעגט אים: "וואס זאגסטו?..." האט זיך מוהרא"ש גלייך געכאפט אז ער האט פארגעסן צו זאגן דאס ווארט 'אייבערשטער' שטילערהייט; עד כדי כך האט ער זיך צוגעוואוינט צו רעדן שטענדיג נאר צום אייבערשטן.


מען זעט אין די מגילה אז ווען אחשורוש האט געפרעגט אסתר: "ווער איז דער וואס וויל דיר אומברענגען?" האט אסתר געזאגט (אסתר ז, ו): "אִישׁ צַר וְאוֹיֵב הָמָן הָרָע הַזֶּה", זאגן חכמינו זכרונם לברכה (מגילה טז.) אז אסתר האט געוויזן אויף אחשורוש: 'דו ביסט דער רשע וואס וויל אומברענגען די אידן!' איז געקומען א מלאך און אוועק געדרייט איר האנט צו המן און אחשורוש האט פארשטאנען אז זי זאגט עס אויף המן; אלע מפרשים פרעגן, לכאורה איז זייער שווער צו פארשטיין וואס אסתר האט דא געטון, זי האלט דאך יעצט אינמיטן רעדן צו אחשורוש אליינס?! נאר אסתר האט זיך אזוי צוגעוואוינט צו רעדן צום אייבערשטן, אז אפילו ווען זי האט גערעדט מיט מענטשן - האט זי גערעדט צום אייבערשטן. עס איז געווען בשעת איר התבודדות ווען זי האט געזאגט פארן אייבערשטן אז דער רשע אחשורוש וויל אונז הרג'נען און זי האט זיך פארגעסן אז זי רעדט צו אים, ביז דער מלאך האט געדארפט אוועק דרייען איר האנט.


ווען א מענטש רעדט צום אייבערשטן; ער פארציילט פארן אייבערשטן אלעס וואס דרוקט אים און אלעס וואס שטערט אים, שפירט מען שוין אויף דער וועלט דאס געשמאק פון עולם הבא. דער מח ווערט ריין און לויטער און מען ווערט נישט פארלוירן ווען עפעס שלעכטס פאסירט חס ושלום, ווייל ווי מער מען רעדט צום אייבערשטן ווערט מער איינגעקריצט אינעם מענטש די לויטערע אמונה; מען גלייבט אז דער אייבערשטער פירט דער וועלט מיט א פונקטליכער חשבון.


זע אז דיין ווייב זאל אויך הערן די מגילה; פרויען זענען אויך מחויב מיט קריאת המגילה ווייל זיי זענען אויך געווען אין די ביטערע גזירה פון המן (מגילה ד.) און זענען געראטעוועט געווארן; אויב דו האסט גאר קליינע קינדער זאלסטו זיך איינטיילן מיט דיין ווייב אז זי זאל אויך קענען גיין אין שול הערן די מגילה, אדער זאלסטו ליינען די מגילה פאר דיין ווייב אין שטוב (פארשטייט זיך אז מען דארף קענען גוט די עברי, אז נישט איז מען נישט יוצא). מען קען נישט ברענגען אין שול קליינע קינדער וואס שטערן די גאנצע שול פון יוצא זיין די מגילה.


פורים נאכמיטאג וועט אם ירצה ה' זיין א סעודה אין ישיבה פאר אלע תלמידים. נאכדעם וועט מען טאנצן צוזאמען, מיר וועלן דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן אויף די ניסים וואס ער טוט מיט אונז. אז מיר האבן זוכה געווען צו זיין ביים הייליגן רבי'ן וואס ראטעוועט אונז פון המן – פונעם ס"מ וואס וויל אונז נאר אויסרייסן פון דער וועלט און יענע וועלט, מיר דארפן דאנקען דעם אייבערשטן אז מיר האבן זוכה געווען צו וויסן פונעם הייליגן רבי'ן וואס לערנט אונז אויס אז מיר זאלן רעדן צום אייבערשטן און אים בעטן יעדע זאך וואס מיר דארפן.


זע צו קומען צו די סעודה מיט דיין משפחה, זיך פרייען צוזאמען אויף דער גרויסער חסד וואס דער אייבערשטער האט געטון מיט אונז אז מיר זענען נישט קיין מתנגדים אויפן רבי'ן און מיר רייסן נישט די ספרים פון הייליגן רבי'ן, כל שכן אז מיר האבן א חלק אין הפצה, פארשפרייטן די הייליגע ספרים פון רבי'ן.


פורים איז א צייט פון "מִשְׁפָּחָה וּמִשְׁפָּחָה" (אסתר ט, כח); איך בעט דיר זייער זאלסט זיך נישט קריגן מיט דיין ווייב וואו צו גיין פורים וכו' וכו', נאר זיי מותר און געב נאך וכו'. דער ס"מ וויל נאר אז מען זאל זיך קריגן; זיין זאך איז ווען ער קען מאכן א קריגעריי צווישן מאן און ווייב, בפרט ווען עס קומען הייליגע טעג זוכט ער נאר ווי ער קען מאכן א מחלוקה'לע, זאלסט זיך זען צו היטן דערפון ווייל דער רבי זאגט (ספר המידות, אות מריבה, סימן סו): "בִּמְקוֹם מְרִיבָה - שָׁם הַשָֹטָן".


זאלסט זען אויסצוניצן דעם טאג פאר שלום; זיך איבער בעטן איינער מיטן צווייטן און זע צו בעטן דעם אייבערשטן אז עס זאל זיין שלום צווישן אידישע קינדער. דער אייבערשטער האט נישט ליב ווען אידן קריגן זיך, מחלוקת איז א זאך וואס אלע דערלייגן דערפון. יעדער וואס האט שייכות מיט מחלוקת צאלט א טייערע פרייז, איבערדעם דארף מען שטענדיג האלטן קאפ זיך נישט צו קריגן מיט קיינעם, און זען אז מען זאל נישט ווערן אריינגעדרייט אין א קריגעריי.


פורים איז א טאג פון תפילה; חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ירושלמי מגילה א, ד): "כָּל הַפּוֹשֵׁט יַד - נוֹתְנִים לוֹ", אין דעם הייליגן טאג פורים - וואס א איד בעט פונעם אייבערשטן געבט מען אים; דאס האט מרדכי הצדיק אונז אויסגעלערנט, אז ווען א מענטש האט א צרה זאל ער גיין צום אייבערשטן און מתפלל זיין אויף זיין צרה, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (מגילה יב:): "תָּנָא כֻּלָּן עַל שְׁמוֹ נִקְרְאוּ", מרדכי הצדיק ווערט אנגערופן מיט אסאך נעמען: "בֶּן יָאִיר", מרדכי הייסט בן יאיר ווייל ער האט ליכטיג געמאכט פאר אידישע קינדער מיט זיינע תפילות; "בֶּן שִׁמְעִי", מרדכי הייסט מיטן נאמען בן שמעי ווייל ער האט אסאך געבעטן דעם אייבערשטן און דער אייבערשטער האט צוגעהערט זיינע תפילות; "בֶּן קִישׁ" מען רופט אים בן קיש, ווייל קיש איז א לשון פון קלאפן "שֶׁהִקִּישׁ עַל שַׁעֲרֵי רַחֲמִים וְנִפְתְּחוּ לוֹ", ער האט געקלאפט אויף די טירן אויבן אין הימל מען זאל אים עפענען, מען זאל רחמנות האבן אויף די אידן, און מען האט אים געעפענט.


אסאך מאל שפירט א מענטש ווי אלעס איז שוין פארמאכט, אלע טויערן אין הימל זענען פארמאכט פאר אים און די גזירה איז שוין גע'חתמ'עט; מיט דעם אלעם טאר מען נישט אויפגעבן, מען דארף געדענקען וואס מרדכי הצדיק האט געטון ווען די גזירה פון המן הרשע איז נגזר געווארן, "שֶׁהִקִּישׁ עַל שַׁעֲרֵי רַחֲמִים וְנִפְתְּחוּ לוֹ", ער האט געקלאפט אויף די טירן פון הימל ביז מען האט אים געעפענט.


מוצאי שבת איז דא אין ישיבה א שושן פורים סעודה, זע צו קומען מיט דיין ווייב און קינדער זיך מחזק זיין מיטן הייליגן רבינ'ס עצות.


א גרינגע תענית און א פרייליכע לעכטיגע פורים און א שמחת תמיד. 


איך שרייב דיר א בריוו פאר דיין ווייב, געב איר דאס איבער נאך פאר פורים.


 


בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת כי תשא, י"ג אדר, תענית אסתר, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד מרת ... תחי'


מיר שטייען שוין פאר דעם גרויסן טאג פורים; די גאנצע נס פון פורים איז בזכות אסתר המלכה, פון דעם קען מען זען צו וואס א פרוי קען צוקומען, אז איין פרוי קען ראטעווען גאנץ כלל ישראל. דערפאר זענען פרויען אויך מחויב צו הערן די מגילה, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (מגילה ד.): "אָמַר רֶבִּי יְהוֹשֻׁעַ בֶּן לֵוִי: נָשִׁים חַיָּיבוֹת בְּמִקְרָא מְגִילָה, שֶׁאַף הֵן הָיוּ בְּאוֹתוֹ הַנֵס", פרויען זענען מחויב צו הערן די מגילה צוליב דעם וואס די נס איז אויך געווען מיט זיי, ווייל המן הרשע האט געוואלט אויס'הרג'נען אלע אידן - מענער פרויען און קינדער, און מרדכי הצדיק האט צוזאמגענומען אלע אידן, מען האט געבעטן דעם אייבערשטן, און דער אייבערשטער האט געמאכט א נס אז עס איז געווארן: "וְנַהֲפֹך הוּא", מען האט אויפגעהאנגען המן הרשע מיט זיינע קינדער און אלע אידן זענען געראטעוועט געווארן.


די מעשה פון די מגילה אליינס איז אונז מורא'דיג מחזק אז מיר זאלן בעטן דעם אייבערשטן אויף יעדע זאך וואס מיר דארפן, אפילו עס זעט אויס ווי מען קען שוין גארנישט טון. אזוי ווי עס איז געווען ביי די גזירה וואס המן און אחשורוש האבן געמאכט, עס איז געווען א גזירה וואס בדרך הטבע וואלט מען גארנישט געקענט טון אבער בזכות די תפילות פון אידישע קינדער האט זיך עס איבערגעדרייט.


איר קענט זיך נישט פארשטעלן וואס יעדעס ווארט וואס מען רעדט צום אייבערשטן טוט אויף אויבן אין הימל, עס מאכט אזא רעש און א טומל. בפרט ווען א פרוי קומט צום אייבערשטן און גיסט זיך אויס איר הארץ, זי בעט פאר אירע קינדער אז זיי זאלן זיין ערליכע אידן און אז זיי זאלן אויך אויפשטעלן נאר ערליכע דורות - דאס מאכט אויבן אין הימל זייער א גרויסע טומל און דער אייבערשטער אליינס הערט זיך צו צו איר געבעט.


פורים איז זייער א הייליגער טאג, פורים איז א צייט וואס מען קען פועל'ן גרויסע ישועות. איז יעצט ווען מיר שטייען אין אזא הייליגע טאג דארפן מיר זיך פארנעמען אז מיר גייען מוסיף זיין קדושה, מוסיף זיין בצניעות; איך פרעג אייך: "ווילט איר גוטע קינדער?" "ווילט איר ערליכע דורות?" קוקט וואס דער הייליגער רבי זאגט (ספר המדות, אות בנים, סימן ט): "צְנִיעוּת שֶׁבָּאִשָּׁה מְזַכָּה לָהּ לְבָנִים הֲגוּנִים", א פרוי וואס פירט זיך איידל און צניעות'דיג וועט זוכה זיין צו גוטע קינדער; ווער פון אונז דארף נישט קיין ישועה? יעדנס הארץ איז אנגעפילט מיט ווייטאג, אידישע קינדער זענען אזוי צעבראכן און דערשלאגן. מענטשן דארפן פרנסה, מענטשן מוטשען זיך מיט געזונט, מיט שידוכים, יעדנס קאפ טוט וויי; אויב איר וועט זיך פארנעמען צו גיין בצניעות וועט איר זען וואונדערליכע זאכן וואס דער אייבערשטער וועט טון מיט אייך, מיט אייער מאן און קינדער.


נאכדעם וואס מוהרא"ש איז נסתלק געווארן בין איך געגאנגען מנחם אבל זיין די רעביצין עליה השלום; זי איז שוין געווען זייער שוואך פון איר ביטערע מחלה ה' ירחם, האט זי מיר געזאגט מיט איר גאנצע כח די ווערטער: "איך בעט דיר, האלט אן די קהילה; מיין מאן וועט דיר נישט מוחל זיין אויב דו וועסט אפלאזן די קהילה וכו'"; איך בין דארט געשטאנען מיט מיין ווייב תחי', זי האט געוויינט און מיר געבעטן איך זאל ווייטער אנהאלטן די קהילה וואס מוהרא"ש האט אויפגעשטעלט.


דעריבער שרייב איך אייך אז איר זאלט זיך בארעכענען ווי אזוי איר גייט אנגעטון וכו', ווייל עס גייט מיר אין לעבן אז די תלמידי הישיבה זאלן אויפשטעלן ערליכע שטובער. ווען איך וועל ארויפקומען אויבן אין הימל וויל איך קענען ווייזן פאר מוהרא"ש ווי שיין די תלמידים האבן זיך געפירט.


אין דעם זכות וואס איר וועט אכטונג געבן אויף צניעות וועט איר זוכה זיין צו ערליכע קינדער, בנים ובני בנים עוסקים בתורה. עס וועט מקוים ווערן ביי אייך וואס חכמינו זכרונם לברכה זאגן (סוטה י:): "כָּל כַּלָה שֶׁהִיא צְנוּעָה בְּבֵית חָמִיהָ זוֹכָה וְיוֹצְאִין מִמֶּנָּהּ מְלָכִים וּנְבִיאִים וְכוּ'", אמן.


א שמחת תמיד.