מכתב יומי
יג אדר תשפ"א
February 25 2021
‹ ›בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת תצוה, י"ג אדר, תענית אסתר, שנת תשפ"א לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
היינט נאכט איז דער גרויסער טאג "יום טוב פורים"; עס שטייט פונעם הייליגן אריז"ל (פרי עץ חיים שער הפורים, פרק ה) אז פורים ווערט נתגלה זייער גרויסע זאכן, מען קען פועל'ן גרויסע ישועות. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ירושלמי מגילה א, ד; שלחן ערוך אורח חיים סימן תרצד, סעיף ג): "כָּל הַפּוֹשֵׁט יָד", ווער עס שטרעקט אויס זיין האנט, ער בעט צדקה, "נוֹתְנִים לוֹ", געט מען אים, "וְאֵין מְדַקְדְּקִין בְּמָעוֹת פּוּרִים", מען איז נישט מדקדק צו געבן נאר פאר דעם, נאר פאר יענעם; זאגן די הייליגע צדיקים (עיין פרי עץ חיים שם, פרק ו) פורים איז א צייט וואס מען קען פועל'ן גרויסע ניסים, זאל זיין ווער זאל נאר זיין, "כָּל הַפּוֹשֵׁט יָד", ווער עס שטרעקט אויס די האנט, אפילו איינער וואס ליגט אין שאול תחתית, "נוֹתְנִים לוֹ", געבט מען אים; מען געבט מתנות פורים פאר יעדן איינעם.
היינט נאכמיטאג פאר מנחה זאלסטו כאפן א מקוה, מען קומט אין שול אנגעטון מיט בגדי שבת. פאר מנחה איז דער מנהג צו געבן א מחצית השקל, מען געבט דריי האלבע דאלער פאר זיך, פאר די ווייב און פאר יעדן קינד, מיט דעם וועט מען געראטעוועט ווערן פונעם יצר הרע. אזוי ווי דער רבי זאגט (ספר המדות אות צדקה, חלק ב', סימן יט): עַל יְדֵי נְתִינַת שְׁקָלִים נִצּוֹל מִיֵּצֶר הָרָע", דורך דעם וואס מען געבט די מחצית השקל ווערט מען געראטעוועט פונעם יצר הרע.
די הייליגע חכמים זאגן (מנחות כט.): "שְׁלֹשָׁה דְּבָרִים הָיוּ קָשִׁים לוֹ לְמֹשֶׁה", דריי זאכן האט משה רבינו נישט פארשטאנען ביז דער אייבערשטער האט אים געדארפט ווייזן ווי אזוי עס זעט אויס, די מנורה, ראש חודש און שרצים, פרעגט תוספות (דבור המתחיל שלשה דברים): "פארוואס רעכנט מען נישט אויס דעם מחצית השקל וואס עס שטייט דערביי 'זה יתנו', אז דער אייבערשטער האט אים געוויזן וואס צו געבן, ווייל ער האט נישט פארשטאנען וואס דאס איז?" ענטפערט דער שיטה מקובצת: "דארט האט משה רבינו פארשטאנען ווי אזוי עס זעט אויס א שקל, ער האט עפעס אנדערש נישט פארשטאנען, ער האט נישט פארשטאנען ווי אזוי קען זיין מען געבט אזא קלייניקייט, 'דָּבָר מוּעָט יְכַפֵּר עַל עָוֹן', א קליינע האלבע דאלער זאל אפמעקן אלע עבירות?!" דאס האט אים דער אייבערשטער געוויזן, אז א איד ברענגט א קלייניקייט, ער ברענגט זיין הארץ - איז מען אים מוחל אלע עבירות.
נאך מעריב ליינט מען די מגילה; דיין ווייב דארף אויך הערן די מגילה, זע זי זאל קענען קומען הערן די מגילה. אויב דו האסט קליינע קינדער זאלסטו זיי בשום אין אופן ברענגען אין שול, מען קען נישט שטערן דעם שול, אז זיי הייבן אן וויינען וועט קיינער נישט יוצא זיין די מגילה, אין שול דארף זיין שטיל.
דאס האט נישט מיט פורים, דאס איז אלעמאל; אז דו ווילסט העלפן דיין ווייב, דו נעמסט די גאר קליינע קינדער אין שול, דארפסטו זיי האלטן נעבן דיר און אכטונג געבן זיי זאלן נישט ארומלויפן אין שול, זיי זאלן נישט שטערן דאס דאווענען.
היינט נאכט איז נישט קיין מצוה צו טרינקען; מען עסט א סעודה און מען לייגט זיך שלאפן מען זאל קענען אויפשטיין פארטאגס אויסניצן דעם טאג ווי עס דארף צו זיין.
דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן זוכה זיין צו די הייליגקייט וואס קומט ביים ליינען די מגילה, מיר זאלן זוכה זיין צו קענען זיין איינס מיט'ן אייבערשטן, מיר זאלן שטענדיג בלייבן ביי מרדכי הצדיק.
~~~~~~~~~~
אַ תְּפִילָה צוּ זָאגְן פַארְ'ן גֶעבְּן "מַחֲצִית הַשֶּׁקֶל"
רִבּוֹנוֹ שֶׁל עוֹלָם, אִין דֶעם זְכוּת וָואס אִיךְ גֶעבּ דֶעם מַחֲצִית הַשֶּׁקֶל הֶעלְף מִיר אַרוֹיס אִיךְ זָאל גֶערַאטֶעוֶועט וֶוערְן פוּנֶעם יֵּצֶר הָרָע אַזוֹי וִוי דֶער הֵיילִיגֶער רֶבִּי זָאגְט (סֵפֶר הַמִּדּוֹת אוֹת צְדָקָה, חֵלֶק ב', סִימָן יט): "עַל יְדֵי נְתִינַת שְׁקָלִים נִיצוֹל מִיֵּצֶר הָרָע", אוּן אִיךְ זָאל זוֹכֶה זַיין צוּ שְׁמִירַת עֵינַיִם אוּן שְׁמִירַת הַמַּחְשָׁבָה.
רִבּוֹנוֹ שֶׁל עוֹלָם, הֶעלְף מִיר אַז אִיךְ זָאל אַלֶעמָאל גֶעדֶענְקֶען אַז אִיךְ בִּין נָאר הַאלְבּ אוּן אִיךְ דַארְף צוּקוּמֶען צוּ נָאךְ אַ אִיד; אִיךְ זָאל זוֹכֶה זַיין צוּ מַכְנִיעַ זַיין דִי קְלִיפָּה פוּן הָמָן עֲמָלֵק וָואס זַייעֶר גַאנְצֶע זַאךְ אִיז נָאר מַחְלוֹקֶת, אוּן זוֹכֶה זַיין צוּ אַלֶע בְּרָכוֹת אוּן יְשׁוּעוֹת וָואס קוּמֶען אִין זְכוּת פוּן אַלֶע מִצְוֹות פוּן דֶעם הֵיילִיגְן יוֹם טוֹב פּוּרִים.
בִּזְכוּת רַבֵּינוּ נַחְמָן בֶּן פֵיגֶא, וּבִזְכוּת רַבֵּינוּ אֱלִיעֶזֶר שְׁלֹמֹה בֶּן מְנַחֵם זְאֵב, זְכוּתָם יָגֵן עָלֵינוּ.