מכתב יומי
יז אייר תשפ
May 11 2020
‹ ›בעזרת ה' יתברך - ב' פרשת בהר בחקותי, י"ח אייר, ל"ג בעומר, שנת תש"פ לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר.
ל"ג בעומר איז זייער א גרויסע צייט און אפילו די וואס זענען נישט זוכה צו זיין ביי רבי שמעון אין מירון קענען היינט פועל'ן גרויסע ישועות, מען קען זיך מקשר זיין מיט א צדיק וואו מען געפונט זיך נאר, ווייל די קדושה פונעם צדיק איז אין די גאנצע וועלט; מען בעט דעם אייבערשטן וואס מען דארף, אז בזכות דעם הייליגן תנא רבי שמעון בר יוחאי זאל מען זוכה זיין צו אלע השפעות טובות.
מאך דיר א שיעור אין זוהר הקדוש, זע צו לערנען יעדן טאג אביסל זוהר און אויך זאלסטו זיך מאכן א שיעור אין תיקוני זוהר, אפילו אפאר שורות; אז מען לערנט די ספרים פון א צדיק איז אזוי ווי מען איז זיך משתטח אויפ'ן ציון פונעם צדיק, אזוי ווי דער הייליגער מאור עינים זכותו יגן עלינו זאגט (ישמח לב, מסכת שבת) אז ווען מען לערנט א ספר פון א צדיק איז כאילו מען איז יעצט ביים צדיק און מען קען בעטן פונעם צדיק אלע ישועות, ער הערט אויס וואס מען בעט; דעריבער איז היינט א פאסיגע צייט צו מאכן אן התחלה אנצוהייבן לערנען דעם ספר זוהר הקדוש און דעם ספר תיקוני זוהר, און בשעת מען זאגט די הייליגע ווערטער פונעם זוהר בעט מען דעם אייבערשטן אלעס וואס דרוקט אויפ'ן הארץ, אזוי וועט מען זיכער פועל'ן ישועות.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.