מכתב יומי
יג אלול תשע"ז
September 04 2017
‹ ›בעזרת ה' יתברך
יום ב' פרשת כי תבוא לאומאן, י"ג אלול, שנת תשע"ז לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
עס איז זייער וויכטיג אז דו זאלסט קומען צו די שיעורים יעדע מאנטאג נאכט אין ישיבה, ווייל אז מען האט גוטע חברים און מען קומט זיך צוזאמען זיך מחזק צו זיין, האט מען כח זיך צו דערהאלטן; ווי לאנג דו וועסט קומען צום רבי'ן, און זיך האלטן נאנט מיט תלמידי "היכל הקודש", וועסטו סוף כל סוף זוכה זיין צו ווערן נאנט צום אייבערשטן. ווייל ווי נישט, אז מען דרייט זיך אויף א פלאץ וואו מען רעדט נאכאמאל און נאכאמאל פון תורה ותפילה, וועט זיך עפעס אנקלעבן אין דיר.
ווען א מענטש גייט אריין אין א געשעפט וואס מען פארקויפט גוטע שמעקעדיגע בשמים (פערפיום), אפילו ער קויפט נישט קיין בשמים, הייבט ער אן גוט צו שמעקן, אזוי אויך איז פארקערט, ווען א מענטש דרייט זיך אין א פלאץ וואו עס איז דא א שלעכטע גראך, וועט ער אנהייבן צו שמעקן פון די נישט גוטע גראך.
דאס זעלבע זאג איך דיר, אפילו דו פאלסט וואו דו פאלסט, דו טוסט וואס דו טוסט, דאך - אז דו וועסט זיך דרייען אין היכל הקודש, און דו וועסט קומען צו די שיעורים, וועסטו צום סוף ווערן אן ערליכער איד. אז מען האט נישט קיין ערליכע חברים, מען הערט נישט קיין חיזוק, אפילו איינער וואס איז גוט און ערליך וועט צוביסלעך אפגעקילט ווערן.
היינט נאכט איז דא א שיעור אין ישיבה פאר אלע אינגעלייט איך וויל דיר זען ביים שיעור.
דער אייבערשטער זאל העלפן אז דו זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.
א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.