מכתב יומי
יג כסלו תשע"ט
November 21 2018
‹ ›בעזרת ה' יתברך
יום ד' פרשת וישלח, י"ג כסליו, שנת תשע"ט לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר.
מאך זיך א שיעור אינעם ספר 'אשר בנחל'; עס איז נישט דא אין קיין שום אנדערע ספר אזא געטליכקייט ווי עס איז דא אין דעם הייליגן ספר. אז דו פארשטייסט נישט קיין לשון הקודש זאלסטו לערנען די אידישע בריוון פון אשר בנחל; מוהרא"ש האט געשריבן איבער אכט הונדערט בריוום אין אידיש - דאס זאלסטו לערנען כסדרן, דארט וועסטו טרעפן תירוצים אויף אלע דיינע ספיקות, און חיזוקים אויף אלע סארט איבערגייעכץ וואס דו גייסט אדורך.
מוהרא"ש האט געשריבן די בריוון - נישט מיט טינט נאר מיט בלוט פון זיין ריינע הארץ צו מחזק זיין אידישע קינדער; אלע בריוון אין אשר בנחל זענען געשריבן געווארן פאר אונז בפרטיות, אז מיר וועלן דאס לערנען וועלן מיר זיין מחוזק און זיך פירן אויפן ריכטיגן וועג.
אלץ קינד האב איך זייער שטארק געוואלט זיין אן ערליכער איד, איך האב געמיינט אז צו זיין אן ערליכער איד דארף מען זיך אפשיידן פון די וועלט און איך פלעג ווערן דערפון זייער צעבראכן, ווייל איך האב נישט געקענט נאכמאכן אלע מעשיות וואס איך פלעג ליינען פון צדיקים. ביז דער אייבערשטער האט אויף מיר רחמנות געהאט און געפירט אז איך האב געטראפן א קליין ספר'ל 'אשר בנחל - חלק כז'! איך האב נישט געוויסט ווער עס האט געשריבן די בריוון, וואס דאס איז געווען פאר מיר אן עקסטערע נס, ווייל מיר האט מען אויסגעלערנט אז מען טאר נישט נעמען די ספרים און די קונטרסים וכו' וכו'.
למעשה פון ווען איך האב גענומען דעם ספר אין מיין האנט הער איך נישט אויף דאס צו לערנען; דער ספר האט מיר אזוי איבערגענומען אז איך האב טעגליך דורכגעליינט דעם גאנצן חלק. איך פלעג זיצן פארגליווערט און פארפרוירן בשעת איך האב עס געליינט, עס פלעגט מיר רינען טרערן פון מיינע אויגן בשעת'ן ליינען דעם ספר. מיין ווייב פלעגט מיר פרעגן: "וואס שטייט דארט אזוי אינטערעסאנט אז מען קען נישט רעדן צו דיר ווען דו ליינסט דאס?" מיר האט מורא'דיג איבערגענומען די בריוון, ווייל דורכן לערנען דעם ספר האב איך געזען און פארשטאנען אז: "איך קען אויך זוכה זיין צו זיין צוגעקלעבט צום אייבערשטן".
דעריבער אז דו זוכסט חיזוק און דו ווילסט ארויס גיין פון דיין עצבות און מרה שחורה זאלסטו לערנען אסאך בריוון אין אשר בנחל כסדרן דיקא אויפן קול מיט א חיות, אז די ווערטער זאלן אריין גיין אין דיין הארץ.
נעכטן רופט מיר אן א אינגערמאן און פרעגט מיר: "ראש ישיבה ווי לאנג נאך וועל איך זיך אזוי מוטשען?" זאג איך אים: "נעם א משניות און זאג אפאר פרקים משניות יעדן טאג; דאס וועט דיר פרייליך מאכן און דאס וועט דיר ארויס נעמען פון דיין עצבות ומרה שחורה", זאגט ער מיר: "איך זאג שוין יארן משניות און עס העלפט נישט!" פרעג איך אים: "דו זאגסט יארן משניות? ווען איז געווען די לעצטע מאל וואס דו האסט געעפנט א משניות?!" זאגט ער מיר: "גערעכט, איך האב שוין יארן נישט געעפענט קיין משניות"; האב איך געזען אז עס קען זיין מען זאל מיינען אז מען לערנט און מען טוט די אלע עצות, דעריבער קוקט מען אויף די אלע סגולות ווי עס העלפט נישט ווען באמת טוט מען דאס נישט; מען מיינט נאר אז מען טוט דאס. אויף דעם אליינס דארף מען קומען צום צדיק, מען זאל זיך נישט איינרעדן אז מען איז בסדר.
איך האף אז די פאר ווערטער וועט דיר אריין גיין אין דיין קאפ; דו וועסט זיך אויפוועקן פון דיין שלאף און אנהייבן לערנען און דאווענען.
זיי געזונט.