מכתב יומי

יג ניסן תשע"ח

March 29 2018

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת שמיני-א, י"ג ניסן, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


היינט נאכט איז שוין ליל בדיקת חמץ, דארפן מיר זען אויסצורוימען אונזער זויערקייט.


דער הייליגער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן מא): "לֵב נִשְׁבָּר וְעַצְבוּת – אֵינוֹ עִנְיָן אֶחָד כְּלָל. כִּי לֵב נִשְׁבָּר הוּא בַּלֵּב, אֲבָל עַצְבוּת הוּא בָּא מִן הַטְּחוֹל. וְעַצְבוּת שֶׁהוּא מֵהַטְּחוֹל, הִיא סִטְרָא אַחֲרָא וְהַקָּדוֹשׁ־בָּרוּךְ־הוּא שׂוֹנֵא אוֹתָהּ", דער אייבערשטער האט פיינט עצבות און מרה שחורה. ווען א מענטש איז בעצבות האט ער נישט צו טון מיט קדושה און דאס ברענגט אים צו די ארגסטע עבירות.


דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן כה): "מִצְוָה גְּדוֹלָה לִהְיוֹת בְּשִֹמְחָה תָּמִיד", עס איז א גרויסע מצוה צו זיין שטענדיג פרייליך, "וּלְהִתְגַּבֵּר לְהַרְחִיק הָעַצְבוּת וְהַמָּרָה שְׁחֹרָה בְּכָל כֹּחוֹ", מען דארף אוועק נעמען פון זיך די עצבות און מרה שחורה מיט אלע כוחות, "וְכָל הַחוֹלַאַת הַבָּאִין עַל הָאָדָם, כֻּלָּם בָּאִין רַק מִקִּלְקוּל הַשִֹֹּמְחָה", און אלע מחלות און קרענק וואס קומען אויפן מענטש, אלעס קומען פון עצבות און מרה שחורה. דער רבי זאגט ווייטער: "וְגַם חַכְמֵי הָרוֹפְאִים הֶאֱרִיכוּ בָּזֶה, שֶׁכָּל הַחוֹלַאַת עַל יְדֵי מָרָה שְׁחֹרָה וְעַצְבוּת, וְהַשִֹֹּמְחָה הִוא רְפוּאָה גְּדוֹלָה", אויך די דאקטורים זענען מודה אז אלע פראבלעמען און קרענק קומען פון נישט זיין פרייליך און שמחה איז א רפואה פאר אלע קרענק; ווען א מענטש איז פרייליך נעמט ער אוועק פון זיך אלע צרות און יסורים.


דער ס"מ וויל נאר זען ווי דער מענטש פארלירט אלעס, ער וויל נאר צונעמען פונעם מענטש די וועלט און יענע וועלט, דערפאר ווארפט ער אריין דעם מענטש אין עצבות און ער נעמט אוועק פון אים די אמונה, אזוי האט ער נאכדעם א כח אויפן מענטש אים מכשל צו זיין מיט הארבע עבירות. ווייל ווי לאנג מען איז פרייליך, מען טאנצט און מען שפרינגט, מען דאנקט דעם אייבערשטן - האט ער נישט קיין כח שולט צו זיין אויפן מענטש. אזוי ווי דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן קפט): די גאנצע כח פונעם ס"מ איז עצבות, אזוי ווי עס שטייט (ישעיה סה, כה): "וְנָחָשׁ עָפָר לַחְמוֹ", עפר איז עצבות און עצלות וואס קומט פונעם יסוד העפר.


יעצט ווען מיר גייען בודק חמץ זיין דארפן מיר זיך אויך אליינס בודק חמץ זיין; מיר דארפן זען אז מיר זאלן נישט זיין זויער און ביטער און נישט ארום גיין מיט קשיות אויפן אייבערשטן. דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן ה): "וְעִקָּר לִשְׁמֹר מֹחוֹ שֶׁלֹּא יַחֲמִיץ", מען דארף זיך אכטונג געבן אז דער מח זאל נישט זיין חמצ'דיג, מיר זאלן נישט האבן קיין קשיות אויף די אמונה, נאר גלייבן אז דער אייבערשטער פירט דער וועלט בצדק ובמשפט.


היינט נאכט ליל בדיקת חמץ ווען מיר זענען בודק חמץ דארפן מיר אכטונג געבן און זיך מחזק זיין: "שֶׁתִּשְׁמֹר אֶת חָכְמָתְךָ שֶׁלֹּא יִכְנוֹס בּוֹ חָכְמוֹת חִצּוֹנִיּוֹת, שֶׁלֹּא תְּהַרְהֵר בְּהִרְהוּרִים רָעִים", מיר זאלן נישט טראכטן שלעכטע מחשבות; די אלע נארישע קשיות וואס דער יצר הרע ברענגט אריין אינעם מענטש: 'פארוואס אהער און פארוואס אהין', אנגעפאנגען פון א בחור וואס ער פרעגט: 'פארוואס גייט מיר נישט קיין שידוך? מיט וואס בין איך אנדערש פון מיינע חברים?!' נאכדעם א אינגערמאן הייבט אן פרעגן קשיות: 'פארוואס מוטשע איך מיר מיט פרנסה? פארוואס האב איך אזא ווייב? פארוואס מיינע קינדער אהער און פארוואס אהין?' דאס איז חמץ, יעדע קשיא אויפן אייבערשטן איז חמץ. מיר דארפן אויסרוימען די אלע שלעכטע מחשבות און אריין גיין אין אמונה. חזר'ן אז אלעס וואס דער אייבערשטער טוט איז גוט, אפילו ווען עס זעט אויס שלעכט, דעמאלט - זאגט דער רבי - "עַל יְדֵי זֶה תִּנָּצֵל מֵחָמֵץ שֶׁהוּא סִטְרָא דְּמוֹתָא" וְכוּ'.


זע צו קויפן פאר דיין ווייב א שיינע זאך לכבוד יום טוב; יעצט איז א צייט פון שלום. בעט דיר איבער מיט איר, אפילו דו ביסט גערעכט. יעצט איז א צייט פון ארויס גיין לחירות; ווען א מענטש לעבט מיט יעדן איינעם בשלום איז ער א פרייער מענטש, אבער אז מען קריגט זיך מיט יעדן איינעם, מען שרייט און מען פארשעמט די ווייב איז מען נעבעך א געבינדענער מענטש, מען איז פארשפארט אין די אייגענע תפיסה.


דער רבי זאגט (ספר המידות, אות פדיון שבויים, סימן א): "עַל יְדֵי גַבְהוּת הַלֵּב נוֹפֵל לִתְפִיסָה"; ווען א מענטש איז א בעל גאוה, עס פאסט אים נישט צו רעדן שיין אין שטוב מיט די ווייב און קינדער, פאלט ער אריין אין זיין אייגענע תפיסה, ער האט מיט יעדן איינעם א באזונדערע חשבון.


היינט נאכט נאכן בודק חמץ זיין נעמט מען די גאנצע משפחה און מען זאגט: "כָּל חֲמִירָא וַחֲמִיעָא דְּאִכָּא בִרְשׁוּתִי". די פוסקים זאגן אז מען זאל דאס אויך זאגן אויף די שפראך וואס מען רעדט: "אלע חמץ און אלע זויערטייג וואס איז דא אין מיין רשות וכו'"; זאלסטו צולייגן צו אז דו ביסט אויך מבטל 'אלע חמץ, זויערקייט און זויער טייג', בעט דעם אייבערשטן אז דו זאלסט זיין פרייליך און עס זאל דיר נישט אנגיין יעדע זאך.


דער אייבערשטער זאל אונז שוין אויסלייזן פון אונזער גלות בכלל ובפרט פון אונזערע אייגענע גלות, מיר זאלן ווערן אויס קנעכט פארן יצר הרע, מיר זאלן ווערן קנעכט פארן הייליגן באשעפער. מיר זאלן נאר אים דינען און נאר צו אים רעדן און נאר פון אים טראכטן, מיר זאלן זען דאס גוטס וואס ער טוט מיט אונז און אים נישט אויפהערן דאנקען און לויבן אויף די ניסים ונפלאות וואס ער טוט מיט אונז.


א כשר'ן פרייליכן יום טוב.