מכתב יומי

יג ניסן תשע"ט

April 18 2019

[די בריוו פון ביינאכט איז בייגעלייגט צום סוף פון דעם בריוו]


 


בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת אחרי א', י"ג ניסן, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


היינט נאכט איז מען בודק חמץ. על פי הלכה טאר מען גארנישט טון פון ווען עס ווערט נאכט; מען טאר נישט לערנען און מען טאר נישט עסן פאר מען איז בודק חמץ. זאלסט אויסרעכענען צו זיין צייטליך אין שטוב כדי דו זאלסט קענען מקיים זיין די מצוה פון בודק חמץ זיין, בפרט אז דו האסט קינדער דארפסטו אהיים גיין בודק חמץ זיין מיט זיי, זיי זאלן זען ווי אזוי דו ביסט בודק חמץ.


בכלל זאלסטו וויסן אז יעדע זאך וואס מען טוט מיט די קינדער, מען נעמט זיי אריין אין דעם, זיי האלטן מיט די הכנות און צוגרייטונגען צו די מצוה, גייט זיי אריין אין די ביינער און ווען זיי וועלן עלטער ווערן וועלן זיי אויך טון אלע מצות. טראכט נישט אז דו האסט צייט זיי צו מחנך זיין שפעטער ווען זיי ווערן עלטער, נאר יעצט ווען זיי זענען יונג, ווען זיי ווילן נאך מיט האלטן - איז די צייט זיי צו מחנך זיין.


אז דו גייסט פארקויפן די חמץ ביים דיין זאלסטו גיין צום דיין וועם דו ניצט א גאנץ יאר און פארגעס נישט אים צו געבן עפעס לכבוד יום טוב; מענטשן כאפן נישט אז א דיין ארבעט ביטער שווער א גאנץ יאר שלא על מנס לקבל פרס. ער ווערט געשטערט אין אלע זיינע צייטן וכו'; יעדער טראכט: 'איך האב א וויכטיגע שאלה, איך מוז שטערן דעם דיין אינמיטן עסן, איך מוז אויפוועקן דעם דיין אינמיטן שלאפן וכו' וכו'', אלע ווילן נאר איין מינוט. איך געדענק אלץ קינד ביי מיין טאטע שליט"א פלעגט מען קומען א גאנצן טאג צו אים פרעגן שאלות; ער פלעגט אהיים קומען און אנגעהויבן עסן נאכטמאל, יעדע פאר מינוט האט מען געקלאפט אין טיר: "דער דיין איז דא?" מיין טאטע איז ארויס רעדן מיט יענעם, און אזוי ווי ער האט אנגעהויבן נאכאמאל עסן קלאפט נאך איינער: "דער דיין איז דא?" און אזוי איז געווען ביי יעדע שבת'דיגע סעודה, שטענדיג זענען מענטשן געקומען פרעגן זייערע שאלות. אויב האט מען געענטפערט אז דער דיין קען נישט צוקומען, האט יענער זיך געבעטן: "עס איז א וויכטיגע שאלה, א פיקוח נפש שאלה", ווען דער דיין הערט דאס קען ער נישט זיין שלעכט, גייט ער נאכמאל ארויס רעדן. דערפאר איז זייער וויכטיג זיך צו באדאנקען און ארויס ווייזן הכרת הטוב.


אויך ווען דו גייסט צו דיינע עלטערן אדער צו דיין ווייב'ס עלטערן זאלסטו זיך שטענדיג באדאנקען, דאס איז די שענסטע מדה. איך זאג שטענדיג פאר די איינגעשטעלטע אינעם מוסד: "ווען עלטערן זענען ענק מבזה, זאל עס ענק נישט וויי טון ווייל דאס איז זייער פראבלעם, און ווען מען באדאנקט ענק האט דאס אויך נישט מיט ענק, ווייל דאס ווייזט אז די עלטערן זענען וואוילע זיסע מענטשן"; בעט דעם אייבערשטן אז דו זאלסט שטענדיג לעבן מיט הכרת הטוב וועסטו זוכה זיין צו האבן גוטס.


הכרת הטוב איז די שענסטע מדה וואס איז דא; ווען א מענטש איז מכיר טובה פאר איינער וואס איז ארויס פון זיין וועג אים צו העלפן איז א סימן אז ער איז אן איידעלער מענטש. דעריבער זאלסטו פארקויפן דיין חמץ ביי דעם דיין וואס פסק'נט דיר א גאנץ יאר דיינע שאלות און אים געבן עפעס לכבוד יום טוב.


אויך א גאנץ יאר זאלסטו רעדן צו אים און פון אים מיט דעם פולסטן דרך ארץ; חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שבת כג:): רבא זאגט: "דְּרָחִים רַבָּנָן הֲוֵי לֵהּ בְּנִין רַבָּנָן", ווער עס האט ליב תלמידי חכמים וועט זוכה זיין צו קינדער תלמידי חכמים, "דְּמוֹקִיר רַבָּנָן הֲוֵי לֵהּ חַתְנוּתָא רַבָּנָן", און ווער עס איז מכבד תלמידי חכמים וועט זוכה זיין צו האבן איידעמער תלמידי חכמים, ווייל אז דער מענטש האלט פון א תלמיד חכם און ער רעדט שיין פון תלמידי חכמים וועלן זיינע קינדער וועלן זיין תלמידי חכמים און די טעכטער וועלן אויך וועלן מענער תלמידי חכמים, אבער אז די קינדער הערן טאג און נאכט חוזק מאכן פון אלע תלמידי חכמים, וואס קען מען נאך ערווארטן זיי זאלן אויסוואקסן...


נעם מיט דיין בחור ... נרו יאיר ווען דו גייסט פארקויפן די חמץ; זאל ער זען ווי מען בייגט איין דעם קאפ און מען פרעגט דעם דיין ווי אזוי זיך צו פירן, וועט ער אויך גיין נאך די חתונה פרעגן זיינע שאלות וכו'. איך וועל קיינמאל נישט פארגעסן ווען איך בין געווען א קינד און מיין טאטע האט מיר מיט גענומען ווען ער איז געגאנגען פרעגן זיינע שאלות דעם דעברעצינער רב זכרונו לברכה, אזוי איז מיר געבליבן אין זכרון דעם גרויסן גאון פון אלץ קינד.


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן זוכה זיין צו (פסחים קטז:): "וְנֹאכַל שָׁם מִן הַזְּבָחִים וּמִן הַפְּסָחִים"; און צו (מיכה ז, טו): "כִּימֵי צֵאתְךָ מֵאֶרֶץ מִצְרָיִם אַרְאֶנּוּ נִפְלָאוֹת", אמן.


א פרייליכן יום טוב.


 


~~~~~~~~~~


 


בעזרת ה' יתברך


ה' פרשת אחרי א', ליל בדיקת חמץ, י"ג ניסן, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


וואויל איז אונז אז מיר זענען זוכה אריין צו גיין אין דעם הייליגן יום טוב פסח; פארגעס נישט פונעם עיקר - זיך צו פרייען מיט די מצוות בתמימות ובפשיטות, ווייל דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב, סימן יב): "וְעִקָּר הַיַּהֲדוּת הוּא רַק לֵילֵךְ בִּתְמִימוּת וּבִפְשִׁיטוּת, בְּלִי שׁוּם חָכְמוֹת", דער עיקר אידישקייט איז ווען מען פירט זיך פשוט אן קיין חכמות.


בעט דעם אייבערשטן דו זאלסט זוכה זיין צו זיין פרייליך מיט די מצוות; נישט דא קיין גרעסערע זאך ווי שמחה, זיך פרייען מיט די מצוות וואס דער אייבערשטער האט אונז געגעבן. דער הייליגער אריז"ל האט געזאגט (עיין הקדמת ספר חרדים) אז ער איז צוגעקומען צו אלע זיינע מדריגות נאר צוליב דעם וואס ער האט זיך געפריידט מיט די מצוות פונעם אייבערשטן, אפילו מען זאל אים געבן די גאנצע געלט פון דער וועלט וואלט ער נישט אוועק געגעבן קיין שום מצוה.


לייג נישט אריין דיין גאנצע מח צו זוכן נאך א חומרא און נאך א חומרא, דער רבי האט נישט געהאלטן פון חומרות; דער רבי האט געזאגט (שיחות הר"ן, סימן רלה): "הלוואי זאלן מיר זוכה זיין צו מקיים זיין אלעס וואס דער אייבערשטער זאגט אין די תורה בפשיטות, ווייל דער עיקר אידישקייט איז תמימות ופשיטות, מען זאל זיך פרייען מיט די תורה ומצוות"; עיין שם.


אפילו אויף פסח האט דער רבי נישט געהאלטן פון אלע חומרות וואס ברענגט מרה שחורה; דער רבי האט דערציילט אז ווען ער איז געווען יונג און ער האט נאכנישט געוואוסט דאס שעדליכקייט פון חומרות וכו' איז ער אויך אריין געפאלן אין דעם. ווען עס איז געקומען פסח האט ער נישט געוואוסט וואס צו טון; יעדעס מאל איז אים אריינגעקומען נאך און נאך חומרות, ביז איין מאל האט ער געטראכט צו זיך: 'וואס טוט מען צו האבן ריינע וואסער אויף פסח, ווי אזוי קען איך אכטונג געבן צו האבן ריינע וואסער אויף פסח אן קיין חשש חמץ?' דעמאלט איז געווען די סדר אז מען פלעגט אנשעפן וואסער פאר א גאנץ פסח, אבער דער רבי האט געטראכט אז דאס איז נישט אזוי אויסגעהאלטן ווייל מען קען נישט אפהיטן די וואסער פאר דעם גאנצן יום טוב אז עס זאל נישט צוקומען דערצו קיין משהו חמץ, ביז ער איז אויפגעקומען אז דאס בעסטע וואסער וואלט ווען געווען "קוואל וואסער", ווייל א קוואל האלט דאך אין איין קוועלן פרישע וואסער כסדר אן קיין שום חשש חמץ. אבער דארט וואו דער רבי האט געוואוינט איז נישט געווען קיין קוואל וואסער, האט ער געטראכט אוועק צו פארן מיט די משפחה אויף יום טוב צו א פלאץ וואו עס איז דא א קוואל, אזוי שטארק זענען געווען זיינע חומרות אויף פסח; האט דער רבי אויסגעפירט: "אבער ברוך השם אז היינט דארף איך נישט קיין חומרות, היינט ווייס איך אז דער אייבערשטער האט געגעבן די תורה פאר מענטשן און נישט פאר מלאכים, היינט פריי איך זיך מיט די מצוות אליינס".


זע צו מאכן א סיום אויף א מסכתא כדי דו זאלסט נישט דארפן פאסטן; מוהרא"ש זכרונו לברכה פלעגט אלע יארן ערב פסח נאכן דאווענען זיך אוועק זעצן און אדורך לערנען מסכת תמיד, אפילו ער איז נישט געווען קיין בכור. מסכת תמיד איז א קליינע מסכתא, א שיינע מסכתא און א גרינגע מסכתא.


ווען דו ענדיגסט בודק חמץ זיין זאלסטו זאגן מיט דיין ווייב און קינדער: "כָּל חֲמִירָא וַחֲמִיעָא דְּאִכָּא בִרְשׁוּתִי". די פוסקים זאגן אז מען זאל דאס אויך זאגן אויף די שפראך וואס מען רעדט, טייטש דאס איבער אויף אידיש: "אלע חמץ און אלע זויערטייג וואס איז דא אין מיין רשות, וכו'"; נאכדעם זאג די תפילה וואס איז געדרוקט אינעם הגדה און בעט דעם אייבערשטן אויף אידיש די תפילה: "יהי רצון מלפניך, עס זאל זיין דער ווילן פון דיר הייליגער באשעפער אז איך זאל זוכה זיין צו זיין אפגעהיטן דעם פסח פון דעם איסור חמץ. העלף מיר אייבערשטער איך זאל זיך קענען שטארקן אויף מיין יצר הרע, איך וויל זיך אפלאזן פון אלע שלעכטע מעשים, איך וויל שוין זוכה זיין צו תשובה טון פאר דיר מיט אן אמת".


מוהרא"ש האט דערציילט אז ביים הייליגן רבי נתן זכרונו לברכה ווען עס איז געקומען בדיקת חמץ האט מען שוין געשפירט ווי דער יום טוב פסח הייבט זיך אן.


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן זוכה זיין צו (פסחים קטז:): "וְנֹאכַל שָׁם מִן הַזְּבָחִים וּמִן הַפְּסָחִים"; און צו (מיכה ז, טו): "כִּימֵי צֵאתְךָ מֵאֶרֶץ מִצְרָיִם אַרְאֶנּוּ נִפְלָאוֹת", אמן.


א פרייליכן יום טוב.


איך שיק דיר אויך א בריוו פאר דיין ווייב.


 


~~~~~~~~~~


 


בעזרת ה' יתברך


ה' פרשת אחרי א', ליל בדיקת חמץ, י"ג ניסן, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איך בעט אייך זייער איר זאלט זיך שטארקן מיט אלע כוחות צו אויפנעמען דעם יום טוב בשמחה; ערב יום טוב איז א צייט וואס מען איז זייער פארנומען מיט די לעצטע צוגרייטונגען, דעמאלט קומט דער יצר הרע און זוכט צו מאכן א פירוד לבבות אין שטוב צווישן מאן און ווייב, זאלט איר זיך שטארקן מיט אלע כוחות צו זיין פרייליך.


מיר זענען אזוי גליקליך אז מיר זענען אידישע קינדער; מיר גייען מקיים זיין די הייליגע מצוות פון פסח און מיר גייען עסן די הייליגע מצות. יעצט פסח ווערט אנטפלעקט פאר אלעמען אז דער אייבערשטער פירט די וועלט און דאס געבן מיר איבער פאר אונזערע דורות ליל הסדר, אז דער אייבערשטער - ער איז דער בעל הבית, ער פירט אלעס און מען דארף זיך צו אים איבערגעבן.


מיר דארפן זיך פרייען מיט די מצוות וואס דער אייבערשטער האט אונז געגעבן, דאס וועט אונז אפהיטן פון עבירות א גאנץ יאר. אזוי ווי דער אר"י הקדוש זאגט (מובא בבאר היטב אורח חיים סימן תמז, סעיף קטן א): "הַנִזְהָר מִמַּשֶּׁהוּ חָמֵץ בְּפֶסַח, מֻבְטָח לוֹ שֶׁלֹא יֶחְטָא כָּל הַשָּׁנָה", ווער עס איז אפגעהיטן פון א משהו חמץ אום פסח, וועט א גאנץ יאר זיין אפגעהיטן פון עבירות; אז מען פריידט זיך מיט די מצה, מען פריידט זיך "שֶׁלֹא עָשַׂנִי גּוֹי", מען געדענקט א גאנץ יאר אז מיר האבן זוכה געווען צו עסן די הייליגע מצה און מיר האבן נישט געגעסן קיין משהו חמץ - די שמחה היט אפ דעם מענטש פון זינדיגן.


דער של"ה הקדוש זאגט (מסכת פסחים; מובא בבאר היטב אורח חיים סימן תעז, סעיף קטן א): "איך האב געזען ערליכע אידן פלעגן זיך אזוי פרייען מיט די מצות, זיי פלעגן קישן די מצות מיט א גרויסע שמחה"; וואויל איז דעם מענטש וואס ברענגט אריין אין זיינע קינדער זיך צו פרייען מיט די הייליגע מצוות.


אז איר ווילט ארויס גיין פון אלע אייער פחדים און דמיונות זאלט איר בעטן דעם אייבערשטן בשעת איר עסט די מצה אז איר זאלט זוכה זיין צו א רפואה. עס שטייט אין זוהר הקדוש (פרשת בא, מא.) אז מצה ווערט אנגערופן: "מֵיכְלָא דִּמְהֵימְנוּתָא", אן עסן פון אמונה; ווייל דורך מצה ווערט געשטארקט די אמונה. ווידער אויף א צווייטע פלאץ (פרשת תצוה, קפג:) רופט עס דער זוהר אן: "מֵיכְלָא דְּאַסְוָותָא", אן עסן פון רפואה; אז מצה היילט אויס דעם מענטש. זאגט מוהרא"ש אז מיטן רבינ'ס ווערטער איז עס איין זאך, ווייל דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן ה): "כִּי יֵשׁ סוֹבְלֵי חֳלָאִים, שֶׁיֵּשׁ לָהֶם מַכּוֹת מֻפְלָאוֹת, וְהֵם סוֹבְלִים הֶחֳלָאִים רַק בִּשְׁבִיל נְפִילַת הָאֱמוּנָה", עס זענען דא זייער אסאך מענטשן וואס האבן מחלות און זיי ליידן דאס נאר ווייל זיי האבן נישט קיין אמונה; קומט אויס ווען מען עסט מצה און עס ווערט געשטארקט די אמונה ווערט מען אויסגעהיילט.


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן זוכה זיין צו (פסחים קטז:): "וְנֹאכַל שָׁם מִן הַזְּבָחִים וּמִן הַפְּסָחִים"; און צו (מיכה ז, טו): "כִּימֵי צֵאתְךָ מֵאֶרֶץ מִצְרָיִם אַרְאֶנּוּ נִפְלָאוֹת", אמן.


א פרייליכן יום טוב.