מכתב יומי
יג ניסן תשפ
April 07 2020
‹ ›בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת שמיני א', י"ג ניסן, שנת תש"פ לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר,
היינט נאכט האבן מיר די מצוה פון בדיקת חמץ. די הלכה איז אז ווען עס ווערט נאכט טאר מען גארנישט טון; מען טאר נישט עסן, מען טאר נישט לערנען - ווי לאנג מען איז נישט מקיים די מצוה פון בדיקת חמץ.
גלייך נאך מעריב דארף מען זיך נעמען צו די מצוה פון בדיקת חמץ. מען פירט זיך אנצוגרייטן צען ברעקלעך און מען לייגט עס ארום די שטוב; עס ליגט אין דעם גרויסע סודות. ווען מען ענדיגט טרעפן אלע צען ברעקלעך זאגט מען דעם: "כָּל חֲמִירָא וַחֲמִיעָא דְּאִכָּא בִרְשׁוּתִי", די פוסקים זאגן אז מען זאל דאס אויך זאגן אויף די שפראך וואס מען רעדט: "אלע חמץ און אלע זויערטייג וואס איז דא אין מיין רשות וכו'"; נאכדעם זאגט מען דעם יהי רצון וואס איז געדרוקט אין די הגדה, מען בעט דעם אייבערשטן אז מען זאל זוכה זיין אויסצורוימען דעם יצר הרע ער זאל נישט האבן קיין שליטה אויף אונז א גאנץ יאר.
פארגעס נישט פון דיינע עלטערן; רוף זיי אן, פרעג זיי צי זיי דארפן עפעס הילף פאר יום טוב. עס איז נישט דא קיין גרעסערע מצוה פון העלפן די עלטערן.
דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן זוכה זיין צו (פסחים קטז:): "וְנֹאכַל שָׁם מִן הַזְּבָחִים וּמִן הַפְּסָחִים"; און צו (מיכה ז, טו): "כִּימֵי צֵאתְךָ מֵאֶרֶץ מִצְרָיִם אַרְאֶנּוּ נִפְלָאוֹת", אמן.
א פרייליכן יום טוב.